געהויבענע יום טוב פסח אריבער אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א
כג ניסן תשפ"א 📝
שטיינעדיג נאך די געהויבענע יום טוב טעג, זענען די איינוואוינער פון קרית ברסלב ליבערטי נאך גענצליך אונטערן רושם פונעם די געהויבענעם פסח העבר עלינו לטובה, ווען מען האט געהאט די זכיה זיך צו געפונען במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל א גאנץ יום טוב, און מחיה געווען דעם ציבור מיט די הערליכע שיעורים אין גמרא, און די בארימטע שיעורים אין התחזקות אויפן לעבן. אויך האט מען נהנה געווען במשך דעם יום טוב פון די ווארימע הארציגע תפלות וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פארן עמוד.
אנגעהויבן האט זיך עס מיט די הכנות צום יום טוב ווען דער ראש ישיבה איז געקומען צוזאמען מיט'ן דיין שליט"א צוויי וואכן פאר יום טוב און געלערענט מיטן ציבור אנשי שלומינו הלכות פון פסח, בפרט די פארשידענע הלכות וואס מאכן זיך מער אין א שטעטל ווי אין שטאט, פון וואו אלע תושבים קומען.
ערב פסח אינדערפרי איז פארגעקומען די מעמד זיכוי הפת פארן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי ביים ראש ישיבה אינדערהיים. (זע באזונדערע באריכט דערוועגן)
די ערשטע טעג יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט אין די "האָשקי" שול. שבת קודש (ערב פסח) אינדערפרי פארן דאווענען באשמורות הבוקר איז דער עולם אויפגעשטאנען און זיך געיאגט אין בית מדרש צו קענען אריינכאפן נאך צו לערנען אפאר פרקים משניות און דפים גמרא, אויך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א קורצע שיעור פארן דאווענען אינעם ספר "פעולת הצדיק". אום 6:30 האט מען זיך געשטעלט שחרית, כדי מען זאל נאך קענען אניאגן צו זיין אינדערהיים באצייטענס און עסן פארן סוף זמן אכילת חמץ.
נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען זינגען זמירות שלש סעודות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דברי תורה, און ארויסגעברענגט די זכיה וואס מען האט יעצט אז מען גייט היינט ביינאכט זיך זעצן צום סדר, און זוכה זיין צו עסן די הייליגע מצה, מרור, ארבע כוסות, א.א.וו. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דעם אז א איד דארף געדענקען אז פון יעדע צרה קומט ארויס צום סוף נאר גוטס; צום ביישפיל - האט דער ראש ישיבה פארציילט - אז ווען מען האט ארויס געווארפן זיינע קינדער פון חדר, עס האט דאן אויסגעזעהן ווי א גרויסע צרה, היינט שטעלט זיך ארויס אז עס געווען די גרעסטע טובה - לכבוד דעם האט מען געעפענט א ברסלבע תלמוד תורה.
דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט דער הייליגע בריוו פון רבי שמשון אוסטראפליער, דער ראש ישיבה האט מאריך געווען אינעם ענין וואס דער הייליגער רבי שמשון שרייבט אינעם בריוו אז די גאולה איז די סוד פון אש"ר, אז דאס גייט ארויף אויף די לימוד פון "אשר בנחל", וואס אין דעם איז תלוי די גאולה.
ביידע טעג שחרית איז אריבער גאר דערהויבן און ווארעם, יום טוב נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט א שיעור און ארום געשמועסט פון דעם וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ חזר'ן, אז מען דארף זיך פרייען מיט די גרויסע מצוה פון נישט עסן קיין חמץ, און אז מען עסט נאר מצה, וואס דאס היט אפ דעם מענטש א גאנץ יאר פון עבירות.
חול המועד אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט שיינע שיעורים אין גמרא, אריינגעפלאכטן מיט מוסר און התחזקות, ביינאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט די בארימטע שיעורים אין התחזקות (מען קען עס מיטהאלטן דא אויפן וועבסייט). צו וואס פילע זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט.
שביעי של פסח ביינאכט איז מען זיך צאמגעקומען אין די "דענמען" שול. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט אז מען דארף שטענדיג דאנקען דעם אייבערשטן, וואס דאס איז מסוגל דער אייבערשטער זאל אונז ווייטער משפיע זיין נאך אסאך גוטס.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט, אז ווען מען באדאנקט זיך פאר א מענטש וועט דיך יענער געווענליך נאכגעבן און דיר צוליב טון. דאס איז די פשוט די נאטור פון רעדן שיין, עס ברענגט גוטס; די זעלבע איז כביכול ביים אייבערשטן, אז מען דאנקט דעם אייבערשטן געבט דער אייבערשטער נאך און נאך גוטס. אזוי אויך להבדיל ביי מענטשן, אפילו אויב מען האט זיך באנארישט, מען האט געהאט טענות, קריטיק, און מען האט זיך פארהאנקערט מיט אים, פרוביר צו טוישן דיין צוגאנג, הייב אן אים צו באדאנקען, און געבן קאמפלימענטס, וועסטו זען ווי פלוצלינג נעמען זיך זאכן צו טוישן, און דו וועסט זיך קענען דורכקומען מיט אים סוף כל סוף.
דער ראש ישיבה שליט"א האט פארטיילט וויין פאר די מסובים, דער ראש ישיבה האט געזאגט א נאמען און אים געשיקט א גלעזל.
שביעי של פסח אינדערפרי, מה נהדר היה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעליינט די שירת הים בקול בכי.
מיטל נאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט אינעם "דענמען" שול, צווישן מנחה מעריב האט דער ראש ישיבה געזאגט גאר א שיינער שמועס, דער ראש ישיבה האט גערעדט איבערן ענין אז צומאל שיקט דער אייבישטער א צרה אויף א מענטש ווייל נאר אזוי וועקט ער זיך אויף, און קומט צוריק צו אים.
דער יום טוב האט זיך געענדיגט מיט די סעודה פון "נעילת החג - סעודת משיח". דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט די מקובל'דיגע מעשה פון די נסיעה פונעם בעל שם טוב קיין ארץ ישראל, ווי ער איז געווען אין א גרויסע סכנה אויפן וועג, און ער איז געווארן געראטעוועט דורך די הייליגע אלף בית. מוהרא"ש זאגט אז דאס מיינט, אז א מענטש וויל רעדן צום אייבערשטן און ער ווייסט נישט וואס צו רעדן, זאל ער דורך גיין די אלף בית, אלף איז אמונה, בית איז בטחון, גימל איז געלט, און אזוי ווייטער, דורכדעם וועט זיך עפענען זיין מויל, און ער וועט קענען רעדן צום אייבערשטן.
דער הייליגער יום טוב פסח מיטן ראש ישיבה שליט"א וועט זיכער בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער ביי אלע וואס האבן עס מיטגעהאלטן, די אלע שיעורים און התחזקות אויף אמונה - אזוי אויך התחזקות אויף לימוד התורה יעדן טאג, וועט זיי ווייטער באגלייטן טאג טעגליך פאר א לאנגע צייט.
כַּאֲשֶׁר זָכִינוּ לְסַדֵּר אוֹתוֹ כֵּן נִזְכֶּה לַעֲשׂוֹתוֹ
📸 שריפת חמץ אין תלמוד תורה קרית ברסלב ליבערטי - ערב פסח תשפ"א
📸 שחרית חול המועד פסח אין קרית ברסלב ליבערטי תשפ"א
📸 דער ראש ישיבה ביי שריפת חמץ ערב פסח תשפ"א
📸 דער ראש ישיבה ביי זיכוי הפת אויפן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי, ערב פסח תשפ"א
📸 שחרית וסיום מסכת תמיד - דאנערשטאג צו ערב פסח תשפ"א
📜 נישט עסן קטניות אום פסח
📜 אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן ביים זיכוי הפת אויפן עירוב
📰 מעמד זיכוי הפת פארן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגעם ערב פסח
📰 דער בית המדרש אין קרית ברסלב ווערט פארענדיגט
📰 קרית ברסלב גראסערי
📰 הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש
▶️ דער ראש ישיבה לערנט פאר שיעורי התחזקות חול המועד פסח תשפ"א
▶️ דער ראש ישיבה לערנט פאר די טעגליכע שיעור גמרא