אין די טעג ווערט אפגעצייכעט א יאר זינט דאס עפענונג פון ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים עיה"ק. אין די קורצע צייט זינט עס האט זיך געעפענט דער בית המדרש אין ירושלים האט עס שוין באוויזן גדולות ונצורות. דער ביהמ"ד האט כעת איבער 50 קביעות'דיגע מתפללים, און אידן אין ירושלים עיה"ק פון אלע שיכטן און קרייזן ווייסן וואו מען קען קומען שעפן התחזקות והתעררות.
דער ביהמ"ד איז פארוואנדעלט געווארן צו א גאר גרויסע הפצה צענטער. פילע קומען כסדר אריין אין ביהמ"ד צו קויפן סידיס, יו-עס-בי'ס, קונטרסים, גליונות א.א.וו. - אויך ווערט פון דא פארשפרייט צענדליגע טויזנטער ספרים און גליונות דורך די הייליגע מפיצים, וואס זענען זיך מוסר נפש אז נאך אידן זאל אויך וויסן אז אויך זיי קענען לעבן מיט אייבערשטן יעדן טאג.
פון ירושלים עיה"ק קומט א באריכט איבער דעם פארגאנגענעם שבת. "א שיינער שבת איז אריין אין אונז - תלמידי היכל הקודש אין ירושלים, סיי די תפילות זענען געווען מורא'דיג געשמאק, און סיי די לופט אין שוהל איז געווען ריין און ציכטיג און ס'האט געהערשט א געשמאקע אווירה אין שוהל במשך דעם גאנצן שבת. אזוי אויך האבן מיר זוכה געווען די וואך אז דער ראש ישיבה שליט"א האט אונז געשריבן א פערזענליכע בריוו אויף סעודה שלישית וואו דער ראש ישיבה האט מאריך געווען איבער די וויכטיקייט פון נקודת החבר און איבערחזר'ן וואס מ'לערנט ביים צדיק און אויך איבער די מעלה און וויכטיגקייט פון זיך האלטן באחדות. מ'האט געזען אויף אלעמענס פנימ'ער די שמחה און גליק אז דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך עקסטער מטריח פאר אונז און שיקט אונז א בריוו אויף שלוש סעודות".
אויך געבט מען איבער פון ירושלים עיה"ק אז מען קובע געווען עטליכע נייע שיעורים אין בית המדרש. צום ערשט איז נתייסד געווארן א שיעור אין "פעולת הצדיק". שוין די צווייטע וואך וואס ס'קומען יונגעלייט שבת צופרי בעפאר מ'הייבט אן דאווענען און לערנען צוזאמען דעם הייליגן ספר פעולת הצדיק. און ווי זיי געבן איבער "ווער ס'האלט מיט די שיעור פילט א מורא'דיגע העכערקייט און הייליגקייט ביים דאווענען - מחיה נפשות".
אויך האט מען די לעצטע וואך ב"ה אנגעהויבן א שיעור יעדן טאג אין א בלאט גמרא, וואס קומט פאר אום 8:00 ביינאכט אין בית המדרש. דער מגיד שיעור איז האברך החשוב הר"ר שמעון עוזר פערל שליט"א - פון די גבאים אין בית המדרש, און איז דער מנהל בית הדפוס אין ירושלים.
אזוי אויך האט מען די וואך אנגעהויבן א נייע חבורה אין שוהל - "חבורת שיחת חברים", וואס איז אויפגעשטעלט ספעציעל פאר אברכי קהילתנו כדי זיך צו קענען מחזק זיין איינער דעם אנדערן מיט די הייליגע עצות און חיזוק וואס מ'לערנט ביים ראש ישיבה שליט"א. מיטן אייבערשטנס הילף וועט די חבורה זיין לתועלת און ס'וועט ארויסקומען פון דעם גאר שיינע זאכן.
אויפן בילד זעט מען דעם ציבור ביי שלש סעודות שב"ק וארא תשפ"א
דער עשטער כינוס תלמידי היכל הקודש אין ירושלים כסלו תש"פ
סיום חגיגה אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים - כסלו תשפ"א
 
באריכט איבער די הפצה אקטיוויטעטן אין ארץ הקודש - טבת תשפ"א