געהויבענע שמחת וואך נאכט און ברית פון הילד יחזקאל נ"י בן הראש ישיבה שליט"א
כו אדר תשפ"א 📝
א שיינע וואך נאכט איז געפראוועט געווארן מאנטאג נאכט אין בית המדרש פון הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען דער שווער פון ראש ישיבה שליט"א, ווי א שיינע ציבור איז געקומען אנווינטשן די בעלי שמחה.
דער קינד וואס איז געבוירן געווארן למזל טוב פאריגע וואך ווען דער זיידע כ"ק מרן מקארלסבורג זצוק"ל איז נאך געווען מיט אונז, עס איז געווען זעלבסט-פארשטענדליך אז דאס קינד זאל אריינגיין בבריתו של אברהם אבינו ע"ה על ברכיו פונעם גרויסן זיידן. נאכן גרויס קלאפ ווען דער זיידע זצוק"ל איז פלוצלינג נסתלק געווארן לחיי העולם הבא דעם זונטאג, און דער זיידע דער ממלא מקום הגה"צ מקארלסבורג שליט"א איז געפארן צום לויה אין עיה"ק מירון, האט מען געהאפט אז דער זיידע וועט שוין זיין צוריק אויף היינט דינסטאג מיטאג, איז געווען דער פלאן אז מען וועט פראווען דער ברית אין אין בית המדרשו ביהמ"ד קארלסבורג אין בארא פארק. אבער צוליב דער מצב העולם האט זיך דער פליגער פארשלעפט, און אינמיטן טאג איז קלאר געווארן אז דער זיידע וועט נישט אנקומען פאר עס ווערט נאכט, האט מען געפראוועט דעם ברית בעתו ובזמנו דינסטאג מיטאג אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג.
דער מעמד הברית איז אויסגענוצט געווארן דורכן פארזאמעלטן ציבור זיך אויסצובעטן אלעס גוטס ביים אייבערשטן, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט אייביג דערמאנען די חז"ל די גרויסע עת רצון וואס איז דא ביי א ברית ווען אליהו הנביא קומט, און מען איז מוחל אלע עבירות.
דער מוהל איז געווען הגה"צ ר' דוד דוב מייזליש שליט"א אב"ד ווייטצען, קוואטער איז געווען דער זון פון ראש ישיבה הר"ר אלחנן חיים ראטה שליט"א; אל הכסא איז געווען הרה"ג יונה זינגער שליט"א, דיין דקהילתנו; מן הכסא איז געווען דער שוואגער פון ראש ישיבה הרה"ג הערשל הורוויץ שליט"א. יד אבי הבן איז געווען א ברודער פון ראש ישיבה הרה"ג חיים יוסף ראטה שליט"א, מיט סנדקאות איז מכובד געווען הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען, שווער פון ראש ישיבה; מן הסנדק איז געווען דער שוואגער פון ראש ישיבה הרה"ג אשר זעליג מייזליש שליט"א, עמידה לברכות איז מכובד געווארן הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען, שווער פון ראש ישיבה; מיט ברכות איז מכובד געווארן הרה"ג אלחנן ראטה שליט"א, א ברודער פון ראש ישיבה.
מען האט א נאמען געגעבן דאס קינד "יחזקאל", נאכן גרויסן זיידן הגה"צ מקארלסבורג זצוק"ל, וואס איז נאך יעצט אין די דריי טעג פון זיין הסתלקות.
דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודת ברית. הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, שווער פון ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע פלפול איבער "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא", ווי ער האט ארויסגעברעגט אז אויב מען באקומט די מצוה דורך א שליח איז דא שכר מצוה אויף דער וועלט, דערפאר איז דער שכר פאר "שבת" נחלה בלי מצרים, ווייל די מצוה איז איבערגעגעבן געווארן דורך משה רבינו, און האט אויסגעפירט "דער ראש ישיבה שליט"א האט אזוי סאך אויפגעטון אין דעם אז מ'זאל נישט אויסגעבן געלט אויף איבעריגע זאכן ביי א שמחה". אבער די מצוות קאסטן יא געלט וואס ביי דעם שפארט מען נישט. תפילין קאסט געלט, מצות און וויין אויף פסח קאסט געלט, און אזוי ווייטער... דערפאר דארף האט ער אנגעווינטשן אז עס זאל זיין נחלה בלי מצרים, עס זאל נישט פעלן קיין געלט ביי אידישע קינדער, מען זאל קענען מקיים זיין די מצוות כדבעי.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן און געפרעגט, פארוואס זאגט מען דווקא ביי א ברית "כשם שנכנס... כן יכנס", און נישט ביי אנדערע מצוות, צום ביישפיל ביי א בר מצוה זאל מען זאגן "כשם שהנחת תפילין, כן יכנס"?
נאר דער שפת אמת פרעגט, יעקב אבינו האט געוואונטשן פאר יוסף "בך יברך ישראל ישמך אלקים כאפרים וכמנשה", פארוואס מנשה און אפרים? אלע שבטי יה האט דאך יעקב אבינו ליב געהאט? נאך מער; יעקב האט דאך נארוואס געזאגט פאר יוסף "אפרים ומנשה - כראובן ושמעון יהיו לי"? ענטפערט דער הייליגער שפת אמת: אסאך מאל זעט מען עלטערן זענען ערליכע אידן, אבער די קינדער און אייניקלעך פאלן ליידער אביסל. און דאס דאס איז געווען די ברכה פון יעקב אבינו ווייל "אפרים ומנשה" זענען "כראובן ושמעון" וואס איז געווען א דור צוריק, עס איז נישט געווען ביי זיי קיין ירידת הדורות, וועט יעדער ווינטשן זיינע קינדער "זאלסט זיין כאפרים וכמנשה" וואס זענען געבליבן אויף די מדריגה פון די פריערדיגע.
האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעפירט אז דאס ווינטשט מען ביים ברית ווען מ'געט א נאמען נאך א זיידע פון פריערדיגן דור, מ'געדענקט די פריערדיגע דורות, וואונטשט מען דאס קינד אז "כן יכנס לתורה לחופה" ער זאל בלייבן זיין גאנץ לעבן מיט די פייער פון די פריערדיגע דורות נאך וועמען ער הייסט.
דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט, נעכטן ביים וואך נאכט האט דער פעטער הר"ר יקותיאל טייטלבוים שליט"א זיך אנגערופן אין א שמועס, אז קארלסבורגער רב זצ"ל איז געווען פארקערט פון אלע רבי'ס. געווענליך ביי א גוטער איד איז דער וואס איז אינדרויסן ער זעט דעם רבי'ן מיטן שטריימל און ווייסע בעקיטשע און אלע קלאטשן פאר אים, ער איז א חסיד; די וואס דרייען זיך נאנט צו אים אינעווייניג זעט זיין הנהגה ווען קיינער זעט נישט. די וועלט זאגט אז די ווייב, דער גבאי און די קינדער קענען נישט זיין קיין חסידים... ביי רב זצוק"ל איז געווען פארקערט. די פון אינדרויסן האבן נישט אייביג פארשטאנען זיין הנהגה, אבער די נאנטע האב געזען פאר זיך א צדיק וואס איז אויסגעטון פון דער וועלט, עס אינטערעסירט אים גארנישט נאר זיצט און לערנט שעות אויף שעות, און דינט דעם אייבערשטן פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת.
דער ראש ישיבה שליט"אהאט אנגעווינטשן אלע משתתפים מען זאל זוכה זיין אריינצוכאפן וואס מער צו דינען דעם אייבערשטן אין די יארן וואס מען האט אויף דער וועלט.
הָרַחֲמָן, הוּא יְבָרֵךְ אֲבִי הַיֶלֶד וְאִמּוֹ, וְיִזְכּוּ לְגַדְּלוֹ וּלְחַנְּכוֹ וּלְחַכְּמוֹ, מִיּוֹם הַשְּׁמִינִי וָהָלְאָה יֵרָצֶה דָמוֹ, וִיהִי יְהֹוָה אֱלֹהָיו עִמּוֹ.
📅 טעגליכע בריוו, כ"ה אדר תשפ"א, איבער די ברית
📅 טעגליכע בריוו, כ"ד אדר תשפ"א, איבער די פטירה פונעם זיידן
📸 מעמד הברית
🎞️ מעמד קריאת השם - ויקרא שמו בישראל "יחזקאל"
▶️ די פולע דרשות ביים סעודת ברית
📰 מזל טוב צום ראש ישיבה צום געבורט פון א אינגל
🎙️ פסחים ק"ח (15:20 איבער עבודת ה' פונעם גרויסן זיידן)
🎙️ פסחים ק"ט (9:10 איבער די ברית, און איבער די התמדת התורה פון זיידן)
🗞️ כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל וויינט מיט בכיות עצומות רעדנדיג פון מוהרא"ש זי"ע
📰 פטירה פון כ"ק הגאון הגדול גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל
💬 שאלות ותשובות: שמחות
📜 בריוו: שמחות