אין צוויי וואכן פון יעצט אום שב"ק בשלח י"ז שבט געפאלט אויס די זעקסטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע.
מיט יעדן טאג וואס עס קומט נענטער צום יארצייט דערקענט זיך די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. מוהרא"ש פלעגט זאגן "ביי די יומא דהילולא פון א צדיק, קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט", מען זעט ווי די לימודים און עצות וואס ער האט געלערנט מיט אידישע קינדער ביים לעבן, זענען ווייטער חי וקים און זענען נאך אלץ מחזק און מעורר אידישע קינדער און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן.
מיר געדענקן זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן.
פילע אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, וועלן זיך משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבנאל אינ'ם טאג פון די יארצייט, אנדערע אידן בכל מקומות מושבותיהם וואס האבן נישט די מעגליכקייט היי יאר אריבערצופארן קיין ארץ ישראל, וועלן זיך צוזאמנעמען אין די לאקאלע בתי מדרשים אינעם טאג פונעם יארצייט און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, און לערנען די היייגע עצתו פון זיינע פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה.
אנשי שלומינו וועלן אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן אין יעדע אידישע שטוב. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס וואו מ'דרוקט טויזנטער ספרים און קונטרסים טאג טעגליך, און מען פארשפרייט עס צו אידן איבעראל, און וועקט זיי אויף אנצוהייבן לעבן מיטן אייבערשטן פון פריש.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.
הוא ימליץ טוב בעדינו!
א מורא'דיגע מעשה פאסירט ביי מוהראש'ס ציון
שאלות צום ראש ישיבה איבער מוהרא"ש זי"ע
בריוו פון ראש ישיבה איבער מוהרא"ש זי"ע
בילדער פון מוהרא"ש - אריינגערעכט היסטארישע בילדער
קליפס פון ימים טובים בצל הקודש פון מוהרא"ש זי"ע
ספרים פון מוהרא"ש צו דאולאודן בחנם
אוידיא פון שיעורי ליל שישי פון מוהרא"ש זי"ע
ניגון "מוהרא"ש" דורכן ראש ישיבה שליט"א