בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#187 - פרענדס טוישן זיך, אבער א מאמע בלייבט א מאמע
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, מוהרא"ש, עלטערן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זעט צו העלפן אייער מאמע, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע, נישטא קיין גרעסערע זאך פאר א מיידל וואס זיך צו מקבל זיין אדער מאכן עפעס א סגולה וכו' - ווי זיך מקבל זיין צו העלפן מער די מאמע.


איך בעט אייך זייער, זייט נישט ווי די מיידלעך וואס זענען פארנארט מיט פרענדס, יעדע איבריגע מינוט וואס מען האט - רעדט מען מיט פרענדס, מען שפאצירט מיט פרענדס, מען גייט מיט פרענדס וכו'; פרענדס זענען אזוי ווי קליידער, היינט טוט מען עס אן און מארגן לייגט מען עס אין מיסט, אזוי זענען פרענדס, אבער א מאמע בלייבט א מאמע; א מאמע איז די איינציגסטע פרענד, די איינציגסטע זאך וואס בלייבט.


יעצט ווען ענק האבן געהאט א צווילינג למזל טוב דארפט איר מער העלפן, אז אייער מאמע זאל זיך קענען אביסל אפרוען און קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


בנוגע וכו'; איך וויל נישט זאגן אנדערש ווי אייער טאטע מאמע, איר האט טייערע עלטערן, און איך גיי נישט זאגן אנדערש וואס זיי זאגן; פרעגט אייערע עלטערן אויב זיי זענען מסכים, און אויב זיי זאגן יא איז גוט איר זאלט עס האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#186 - זאגן שמות הצדיקים אדער תהלים?
תהלים, מוהרא"ש, שמות הצדיקים, אידיש, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא בני ברק


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט וואס איר זאלט ענדערש זאגן, שמות הצדיקים אדער תהלים?


ווען איר האט איבריגע צייט זאלט איר זאגן תהלים, און איר זאלט אריינפלעכטן אייערע אייגענע תפילות ביים זאגן תהלים; ווייל אז מען לייגט אריין די אייגענע תפילות ביים זאגן תהילים - איז דאס זייער חשוב אין הימל, אזוי ווי מוהרא"ש האט דערציילט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו; די תלמידים פונעם בעל שם טוב האבן געפרעגט זייער רבי פארוואס ער רעדט אזויפיל פון דאס גרויסקייט פון די תהילים פון פשוט'ע אידן, זיי פארשטייען נישט וואס זיי זאגן, זיי ווייסן נישט די טייטש פון די ווערטער פון תהלים? האט דער הייליגער בעל שם טוב זיי געזאגט זיי זאלן זיך פארמאכן זייערע אויגן - וועלן זיי שוין פארשטיין; ווען זיי האבן פארמאכט זייערע אויגן האבן זיי געהערט ווי איינער זינגט: "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים... הייליגער באשעפער העלף מיר, דער פריץ וויל מיך ארויס ווארפן פון מיין דירה, איך האב נישט קיין געלט פאר רענט", און זיי הערן ווייטער א זיסע קול זינגט: "למה רגשו גוים ולאמים יהגו ריק... הייליגער באשעפער איך האב צוטון מיט די גוים, די שכנים, זיי טשעפען מיר, העלף מיר זיי זאלן מיר גארנישט שלעכטס טון", און ווייטער הערן זיי א זיסע קול ווי איינער זינגט: "למנצח מזמור לדוד... רבונו של עולם, העלף מיר אז מיין קו זאל צוריק אנהייבן געבן מילך, לעצטנס קומט נישט קיין מילך"; זיי האבן זיך זייער מחי' געווען צו הערן די זיסע קולות וואס האט זיך געהערט מיט אזא געשמאק, ווען זיי האבן געעפנט זייערע אויגן האט זיי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו גאזאגט: "יעצט פארשטייט איר שוין דאס חשיבות פון די תהילים פון די פשוט'ע אידן? אזוי זיס הערט זיך דאס אויבן אין הימל".


איך וויל אייך בעטן איר זאלט פרובירן צו רעדן אין שולע בית פיגא נאר אידיש, איך ווייס אז עס איז נישט גרינג, ווייל אייער ערשטע שפראך אין שטוב איז נישט אידיש, דאך בעט איך אייך אז אין בית פיגא זאלט איר רעדן אידיש, איך וויל אז ביי אלע מיינע תלמידות זאל זיין אידיש די ערשטע שפראך, ווייל דער רבי האט גערעדט אידיש, מוהרנ"ת האט גערעדט אידיש, און אויך מוהרא"ש איז געווען זיין ערשטע שפראך אידיש; דארפן מיר אלע רעדן אידיש.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף האף איך צו זיין אייער שדכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#185 - בעטן דעם אייבערשטן, און זאגן שמות הצדיקים
מוהרא"ש, עין הרע, תפילה, שמות הצדיקים, סגולה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די חשש פון עין הרע וכו', איר טראכט אז דאס איז וואס איר מוטשעט זיך ביי יעדע מאל וואס איר ווארט וכו'; איר פרעגט וואס צו טון.


די כלל ביי דעם איז (פסחים קי:): "מאן דלא קפיד, לא קפדי בהדיה", ווער עס מאכט נישט קיין עסק דערפון - אים טוט דאס נישט שאטן; זאלט איר נישט מאכן קיין עסק פון דעם - וועט עס אייך גארנישט שאטן.


מיט דעם אלעם, פלעגט מוהרא"ש זאגן מען זאל פרובירן אויסבאהאלטן ביז ווען מען קען, און אויך שפעטער ווען מען קען שוין נישט אויסבאהאלטן - דארף מען זיך צוריק האלטן פון רעדן מיט חבר'טעס פון דעם, און נאר בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן גרינג און מען זאל האבן ערליכע דורות.


מוהרא"ש זאגט פאר אלע וואס פרעגן פאר א סגולה מען זאל האבן גרינג דאס קינד – אז מען זאל זאגן שמות הצדיקים און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב, סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע.


דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#184 - מען קען זיין נאנט מיט'ן הערן שיעורים און ליינען די בריוו
מוהרא"ש, עצתו אמונה, ראש ישיבה, קונטרסים, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן דיין טאכטער ... תחי' זאל האבן א רפואה שלימה און ענק זאלן שוין קענען אהיים גיין פון שפיטאל.


בנוגע וואס דו פרעגסט ווען איך קום קיין ארץ ישראל; איך האב געפלאנט צו קומען יעצט חשון, אבער ביז דערווייל האב איך נאכנישט קיין פלענער, איך קען נישט אויף די מינוט איבערלאזן מיין ווייב מיט די פיצליך קינדער, איך דארף העלפן אין שטוב.


די פראבלעם איז אז איך בין צו יונג געווארן א ראש ישיבה, געווענליך ווערט מען א ראש ישיבה ווען מען איז שוין עלטער, מען האט שוין נישט אין שטוב פיצליך קינדער, דעמאלט קען מען פארן, גיין און קומען, איך קען דאס נישט טון; פארן, גיין און קומען, איבערלאזן די ווייב מיט פיצליך קינדער, איך דארף זיין אין שטוב, רחמנות האבן אויף מיין ווייב, איר העלפן מיט די קינדער.


מען קען זיין נאנט דורך הערן די שיעורים אויפן טעלעפאן ליין, און דורך לערנען די וועכנטליכע קונטרסים פון עצתו אמונה; שכל, עצות און חיזוק וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, דעם רבינ'ס לימודים ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן אין אלע שווערע זמנים, און עצות אויף יעדע פרט ופרט אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#183 - ביים רבי'ן איז געווען גאר א שטארקע דרך ארץ
דרך ארץ, מוהרא"ש, בית פיגא, מידות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא בני ברק


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך אז איר זענט שוין מער דרך ארץ'דיג, איך האף אז עס איז טאקע אזוי, ווייל עס טוט מיר וויי צו הערן פון לערערינס ווען תלמידות בית פיגא פירן זיך נישט אויף דרך ארץ'דיג, מען רעדט ווען א לערערין רעדט, און מען גייט ארויס פון כיתה אן רשות; דאס טוט מיר וויי, ווייל וויסן זאלט איר, מיר לערנען ביים רבינ'ס שולע, און ביים רבי'ן איז געווען א גאר שטארקע דרך ארץ, מער ווי אין אנדערע פלעצער, ביים רבי'ן האט קיינער נישט געשטופט א צווייטן, עס איז נישט געווען קיין כאפן שיריים, יעדער איז אריבער איידל און גענומען מיט דרך ארץ, מען איז געזיצן מיט א גאר שטארקע דרך ארץ, עד כדי כך אז דער רבי האט זיך אויסגעדריקט: "וואלט דער רוסישער קיסר און דער פוילישער קיסר געוואוסט מיט וואס פאר א דרך ארץ מען פירט זיך ביי מיר - וואלטן אויך זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר", ווייל עס איז געווען גאר א שטארקע דרך ארץ.


איך האף צום אייבערשטן אז עס איז אזוי ווי איר שרייבט אין די בריוו, אז איר זענט שוין זייער דרך ארץ'דיג, און איך בעט אז איר זאלט ווייזן דעם בריוו פאר אייער גאנצע כיתה, אז אלע זאלן וויסן אז ווען מען זיצט שטיל אין כיתה און מען גייט נישט ארויס און אריין אן רשות - מאכט מען מיר א נחת רוח, און מוהרא"ש האט אויך א נחת רוח, ער קוקט אראפ פון הימל און זעט ווי שיין זיין מוסד פירט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#182 - לֶךְ לְךָ, גיי פאר דיר
עבודת השם, מוהרא"ש, פרשת לך לך, נישט קוקן אויף א צווייטען, אברהם אבינו

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ט' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך איז די פרשה פון 'לך לך' - גיי פאר דיר, פאר דיין טובה; טייטשט מוהרא"ש, דא איז מרומז די עצה פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן השמטה, חלק ב), פון "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם" (יחזקאל לג, כד), נישט קוקן אויף אנדערע, נאר קוקן אויף זיך, 'לך לך' גיי פאר דיר.


ווייל יעדער מענטש איז א וועלט פאר זיך; אזוי פלעגט מוהרנ"ת זאגן: "א וועלט מיט וועלטלעך", יעדער מענטש איז אן עולם בפני עצמו, און די העכסטע זאך איז - דינען דעם אייבערשטן ווי עס שיינט פארן מענטש; איינעם שיינט צו דאווענען מער שטייט, און איינעם שיינט צו דאווענען מער בזרירות, אויך ווען עס קומט צו לערנען; פאר איינעם שיינט צו לערנען מער שנעל, און פאר איינעם שיינט צו לערנען מער שטייט, אזוי אויך ווען עס קומט צו זיך מתבודד זיין; פאר איינעם שיינט צו גיין אין א פעלד זיך מתבודד זיין, און פאר איינעם שיינט זיך צו מתבודד זיין אין א פארמאכטע צימער, און פאר איינעם שיינט גאר צו גיין אין גאס און אזוי רעדן צום אייבערשטן; יעדער האט זיך זיין וועג ווי עס שיינט אים זיין עבודת השם, און אזוי אויך ווען עס קומט צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים; איינעם שיינט מער צו לערנען 'ליקוטי מוהר"ן', און איינעם שיינט מער די 'שיחות', און אזוי ווייטער; דארף מען שטענדיג וויסן און געדענקען צו קוקן אויף זיך און נישט קוקן אויף א צווייטן, נישט ווערן צעפאלן אז מען קען נישט טון ווי דער צווייטער, ווייל עס איז בכלל נישט אינטערעסאנט צו טון דעם צווייטנ'ס נקודה, אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבי ר זושא זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "ווען איך וועל קומען ביים בית דין של מעלה וועט מען מיר נישט פרעגן און פארהאלטן פארוואס איך האב נישט געדינט דעם אייבערשטן אזוי ווי מיין ברודער דער צדיק רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, מען וועט מיך פארהאלטן אויף וואס איך האב נישט געדינט אזוי שטארק דעם אייבערשטן ווי איך זושא וואלט געקענט דינען דעם אייבערשטן"; און דאס לערנט אונז דער רבי: 'אחד היה אברהם', אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן מיט די זאך פון 'אחד', ווי ער איז אליין אין די גאנצע וועלט, און זוכט נישט קיינעם נאכצומאכן, נאר דינען דעם אייבערשטן לויט זיין וועג ווי עס שיינט אים און ווי עס גייט אים.


אויך ביי משפחה; וואס דארפסטו זיך פארמעסטן מיט דיין ברודער'ס קינדער, מיט דיין שוואגער'ס קינדער? דאס לעבן איז נישט קיין פארמעסט ווער האט בעסערע קינדער און ווער איז מער מצליח, און נאר אויב די גאנצע משפחה פלאגט זיך און מוטשעט זיך - נאר דעמאלט איז געלונגען דאס וואס איך בין געקומען קיין ברסלב, און אויב אלע גייט גוט וכו' - ווער איך צעמישט וכו'; קוק נישט אויף קיינעם, קוק אויף זיך; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו ווייסט פון הייליגן רבי'ן און קוק נישט אויף קיינעם, דין דעם אייבערשטן אזוי ווי אברהם אבינו וואס האט אויף קיינעם נישט געקוקט, דעמאלט וועסטו מצליח זיין. אזוי ווי מוהרא"ש האט שטענדיג געזאגט, ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ווען ער האט געפונען דעם רבי'ן האט ער קיינעם נישט געקענט, ער האט נאר געקענט די ספרים, אז קיינער זאל אים נישט מאכן קיין חלישות הדעת; אויך דו, אז דו וועסט אויף קיינעם נישט קוקן - וועסטו זייער מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#181 - 'לֶךְ לְּךָ', קוק אויף דיר, קוק נישט אויף אנדערע
מוהרא"ש, הצלחה, פרשת לך לך, נישט קוקן אויף א צווייטען, אברהם אבינו

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרא"ש האט צו אונז אסאך גערעדט פון די ווערטער: "לֶךְ לְּךָ" פון די וואכעדיגע פרשה, אז דער אייבערשטער זאגט פאר אברהם אבינו: "לֶךְ לְּךָ" - גיי פאר דיר; גיי פאר דיין טובה, אז דאס מיינט מען אונז, דאס מיינט מען יעדן איינעם, דער אייבערשטער זאגט דיר: 'לֶךְ לְּךָ', קוק אויף דיר, קוק נישט אויף אנדערע, אין דעם ליגט די סוד פון הצלחה, דו וועסט זוכה זיין צו די ברכות פון: "וְאֶעֶשְׂךָ לְגוֹי גָּדוֹל וַאֲבָרֶכְךָ וַאֲגַדְּלָה שְׁמֶךָ וֶהְיֵה בְּרָכָה, וַאֲבָרְכָה מְבָרְכֶיךָ וּמְקַלֶּלְךָ אָאֹר וְנִבְרְכוּ בְךָ כֹּל מִשְׁפְּחֹת הָאֲדָמָה".


ליבער ברודער, אויב דו ווילסט מצליח זיין אין לעבן, זאלסטו נישט קוקן אויף קיינעם, 'לֶךְ לְּךָ' קוק נאר אויף דיר, דאס איז די סוד פון הצלחה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן השמטה, חלק ב) אויפן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אז אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן, "רַק עַל יְדֵי שֶׁהָיָ' אֶחָד", נאר ווייל ער האט אויף קיינעם נישט געקוקט, "רַק כְּאִילוּ הוּא אֶחָד בָּעוֹלָם", ער האט געטראכט 'איך בין איינער אליין' וכו', עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#180 - זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן
אמונה, מוהרא"ש, בטחון, אייבערשטער, ישועה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיך איבערבעטן פארן נישט מאכן צייט צו רעדן שוין אזא לאנגע צייט; איך בין גרייט צו רעדן מיט דיר, איך בין גרייט צו מאכן צייט; שרייב מיר ווען דו ווילסט אריבערקומען רעדן.


העיקר זאלסטו געדענקען די לימוד וואס מוהרא"ש לערנט אונז, מיר זאלן זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן, מיר זאלן שטענדיג געדענקען אז מיר האבן נאר דעם אייבערשטן, נאר ער קען אונז העלפן, נאר ער וועט אונז העלפן.


געדענק, יש עניין שנתהפך הכל הכל לטובה, און דער הייליגער תם האט געזאגט (ספורי מעשיות מעשה ט, מחכם ותם): "ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך", עס קען זיין מיט איין אויגן בלינק און מען זעט די ישועה.

#179 - אלע מאכן מיט שוועריקייטן אין לעבן
משניות, מוהרא"ש, נסיונות, חתן, שוועריקייטן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער דערהאלט זיך מיט אלע כוחות, לאז זיך נישט נאך. וויסן זאלסטו, מען פרובירט אויס יעדן איינעם, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיט), מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות, נישטא איינער וואס זאל נישט אריבערגיין שוועריקייטן; פון אינדרויסן זעט אויס ווי עס גלאנצט פאר יעדן, אבער יעדער איינער מאכט מיט, אפילו די רייכע מענטשן, די שטארקע, די געלונגענע - אלע מאכן מיט שוועריקייטן אין לעבן; איין עצה איז דא, אנטלויפן צום אייבערשטן און אנטלויפן צו די תורה.


זע צו זאגן יעדן טאג משניות, מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו, דאס וואס דער רבי זאגט אין שיחות הר"ן (סימן יט), אז ווער עס וועט לערנען יעדן טאג כך וכך, אפילו ער זינקט אין די טומאה, ער טוט עבירות - וועט ער ווערן אן ערליכער איד; זאגט מוהרא"ש, דאס מיינט מען ח"י פרקים משניות, אויף דעם זאגט דער רבי אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


זיי פרייליך, נאך אביסל ביסטו א חתן; דראפע זיך און דערהאלט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#178 - לאז אפ אלע דמיונות, דיין זאך איז 'הפצה'
הפצה, מוהרא"ש, קירוב, תיקון הברית, ספרי רבינו

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


לאז אפ אלע דמיונות, דיין זאך איז 'הפצה'; גיי פארשפרייטן די הערליכע ספרים, קונטרסים און גליונות, דעם רבינ'ס עצות אויף די שפראך וואס מוהרא"ש האט דאס אראפגעברענגט פאר אונז; סיי דו וועסט האבן שפע און סיי דו וועסט אלעס מתקן זיין. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווער עס וויל פאררעכטן די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - "שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; מיטן מפיץ זיין די הייליגע ספרים פון רבי'ן, און מיטן געבן צדקה צו דרוקן.


מאך זיך נישט צו טון פון קיינעם, קוק נישט וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט, קוק די ווערטער וואס דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזִי", קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#177 - ביז דיין שידוך קומט, זאלסטו זיך שטארקן מיט התבודדות
בחור, מוהרא"ש, התבודדות, חיזוק, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע כוחות, גיי נישט ארום מיט עצבות, גלייב אז דער אייבערשטער האט פאר דיר אויך אנגעגרייט א שידוך, און ביז דיין שידוך קומט - זאלסטו זיך שטארקן מיט התבודדות, און אז דו פאלסט וכו' - זאלסטו זיך אויס'טענה'ן צום אייבערשטן אז דו שפירסט ווי דו האסט נישט די מעגליכקייט צו זיין אפגעהיטן וכו' וכו', און וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען טענה'ט זיך אויס כביכול מיט אים, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין; ספעציעל בחורים וואס זיי זענען אזוי צעבראכן ביי זיך, קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף זיי, זיי ווילן חתונה האבן, זיי ווילן זיין אפגעהיטן און ריין און עס גייט זיי נישט, און וויפיל זיי בעטן זיך: 'טראגט אונז אן א שידוך', 'רעדט א שידוך' - גלייבט זיי קיינער נישט, מען מיינט אז זיי מאכן זיך וכו'; קיינער ווייסט נישט וואס א בחור גייט אריבער, נאר די אמת'ע צדיקים - זיי טענה'ן פאר די בחורים פארן בית דין של מעלה, אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג זאגן: "איך וועל טענה'ן אויבן אין הימל פארן בית דין של מעלה אז בחורים זענען נישט שולדיג, בחורים זענען וואויל, דאס וואס זיי פאלן אין עבירות, זיי זענען פוגם אין פגם הברית, זיי פאלן אראפ אין עֲשָׂרָה כִּתְרִין דִמְסָאֲבוּתָא - דאס איז ווייל זיי דארפן חתונה האבן, מען קען זיי נישט געבן קיין עונש".


איך וועל דיך נישט לאזן פאלן, איך וועל דיך שטענדיג מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#176 - וואס קוקסטו אויף יענעם?
חיזוק פאר פרויען, הכרת הטוב, קנאה, מוהרא"ש, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואס קוקסטו אויף יענעמ'ס לעבן? וואס ווייסטו וואס יענער גייט אריבער? עס איז אזא נארישע זאך צו מקנא זיין א צווייטן, גיי שריי צום אייבערשטן דו זאלסט נישט קוקן אויף אנדערע און זיך אויפעסן די יארן; מוהרא"ש דערציילט, מען האט אמאל געהערט ביים רבינ'ס ציון ווי איינער וויינט און חזר'ט אויפן קול די משנה (אבות ד, כא): "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם", מקנא זיין, און תאוות, און גליסטן כבוד, די דריי זאכן נעמט אוועק דעם מענטש פון די וועלט; ער האט געוויינט ביים ציון: "רבונו של עולם, צוליב אביסעלע קנאה, צוליב אביסעלע תאוה און אביסעלע כבוד - זאל איך פארלירן די וועלט און יענע וועלט? רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר איך זאל זיין ריין פון די זאכן, איך וויל נישט פארלירן די וועלט און יענע וועלט", און ווען אנשי שלומינו האבן געהערט זיינע בכיות האבן זיי אויך אנגעהויבן וויינען, און אלע האבן געבעטן און געוויינט מען זאל זיין ריין פון די זאכן.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט קוקן אויף אנדערע, זיץ מיט איר און רעכנט אויס אינאיינעם די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט ענק, און חזר'ט: 'עס איז נישטא וועם צו מקנא זיין', און ווען זי הייבט אן רעדן פון דעם און פון יענעם זאלסטו איר שיין זאגן: "'נישטא וועם צו מקנא זיין", און וואס ווייסן מיר וואס גייט אריבער אויף יענעם; פרויען דארפן מער חיזוק אויף דער נקודה, די הייליגע חכמים זאגן (מגילה יג.): "אֵין אִשָּׁה מִתְקַנְּאָה אֶלָּא בְּיֶרֶךְ חֲבִירְתָּהּ", א פרוי האט קנאה אויף א חבר'טע, און מיט די חיזוק פון רבי'ן גייט אוועק די קנאה.


שוין פון פאר ראש השנה איז נישט געווען א פרויען צאמקום, מארגן וועט אם ירצה ה' זיין, זע צו בלייבן אין שטוב אכטונג געבן אויף די קינדער, אז דיין ווייב זאל קענען גיין נעמען חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#175 - שיינע גרוס פון די קינדער און אייניקלעך
צניעות, דרך ארץ, מוהרא"ש, נחת, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב פאר אייך א שיינע גרוס פון אייערע קינדער און אייניקלעך, איך בין געווען זומער און גאנץ חודש תשרי אין קרית ברסלב ליבערטי, איך האב געזען אלע אייערע קינדער, זין און איידעמער, ווי שיין זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און יראת שמים, איך האב דאס זייער באוואונדערט, צו זען אזעלכע טייערע וואוילע חסידי'שע אינגעלייט, אויך די שטוב פירן זיי בצניעות, בקדושה ובטהרה, אלע שנירן און טעכטער פירן זיך ערליך, אלע שערן זיך די האר, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אלע גייען אנגעטון איידל.


בלייבט איבער נאר צו ווינטשן, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער זען ערליכע אידישע נחת ביי זיי, און אויך ביי די אנדערע קינדער וואס זענען נאכנישט מקורב, אלע זאלן אויפשטעלן ערליכע הייליגע דורות פארן אייבערשטן, אמן.

#174 - ת'הא ש'נת פ'לאגן ז'ייער, ת'הא ש'נת פ'לאגן ז'יסע
מלמדים, מוהרא"ש, חינוך, יסורים, מלמד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, מאנסי


זאלסט חס ושלום נישט אפלאזן דיין הייליגע ארבעט פון זיין א 'מלמד'; דו האסט אזוי שיין מצליח געווען אלע דיינע יארן, איך האב צוריק געהערט אזעלכע שיינע גריסן פון עלטערן און תלמידים פון אלע דיינע יארן; איז א שאד אז דו האסט אזעלכע מחשבות פון אפלאזן, און אז דו האסט די יאר באקומען א כתה וואס איז אביסל שווערליך – איז דאס נאר א נסיון פאר דיר, און מיט די הקדמות און שכל וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ווי אזוי צו קוקן אויף קינדער און ווי אזוי צו רעדן צו זיי מיט גרויס ליבשאפט – וועסטו עס יא קענען מאכן ארבעטן.


וויסן זאלסטו, אז עס איז באשערט א יאר פון זיך פלאגן און מוטשען – קען מען פון דעם נישט אנטלויפן, און אז מען וועט אפלאזן די מלמדות, ווער ווייסט וואס פאר א פלאג וועט קומען חס ושלום? מען קען מאכן אנשטאט זיך 'זייער פלאגן', קען מען מאכן 'זיסע פלאגן'; דאס איז מרומז אין די יאר תשפ"ז, ביי איינעם איז ת'הא ש'נת פ'לאגן ז'ייער, און ביי איינעם איז עס ת'הא ש'נת פ'לאגן ז'יסע; דאס קענסטו טון, דאס איז תלוי אין דיר, צו נעמען די פלאג און דאס אריינלייגן אין די תלמידים, אריינלייגן אין זיי אמונה, קדושה, יראת שמים; א זיסע פלאג.


טראכט גוט איבער וואס איך שרייב דיר, און בלייב א מלמד.

#173 - א שטארקער איז דער וואס הייבט ער זיך אלץ צוריק אויף
אמונה, אומאן, מוהרא"ש, אשר בנחל, חיזוק

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, מאנסי


א זיסע יאר פאר דיר און פאר דיין משפחה; איך האב דיך נישט געזען די יאר אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ, איך האף אלעס איז ביי דיר גוט, איך האף דו ביסט שטארק אין עבודת השם, זיך נישט נאכלאזן, און זיך כסדר באנייען, מוהרא"ש האט אונז געלערנט, א שטארקער מענטש איז נישט איינער וואס פאלט קיינמאל נישט, א שטארקער מענטש איז איינער וואס וויפיל מאל ער זאל נאר פאלן – הייבט ער זיך אלץ צוריק אויף כאילו לא הי', ער הייבט אן פונדאסניי.


ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, והעיקר האב נישט קיין שום קשיות און טענות אויפן אייבערשטן, גלייב באמונה שלמה אז אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר און דיין ווייב איז פאר דיין טובה, ווייל דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, אלעס איז פאר די טובה, פאר די עתיד און נצחיות – פונעם מענטש.


מאך זיך א שיעור צו לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, בפרט ספר הקדוש אשר בנחל, די זיסע בריוון פון מוהרא"ש וואס איז תמציות פון הייליגן רבינ'ס ספרים, דאס וועט אויפבויען דיין אמונה, דו וועסט ווערן פרייליך, דו וועסט שפירן דעם אייבערשטן, ווייל מיט אמונה ווערט אזוי זיס און ליכטיג, מען שפירט די איינגענעמע לויטערע ליכטיגע אמונה.


שרייב מיר מפעם לפעם, וועסטו מיך מחי' זיין.

#172 - משניות נעמט אראפ אלע איינגעגעסענע שמוץ פון די נשמה
משניות, אומאן, מוהרא"ש, יראת שמים, פרייליך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב אזוי הנאה געהאט דיך צו זען אין אומאן, איך האב זיך אזוי געבענקט צו דיר, איך האב געזען אויף דיר אז דו ביסט פרייליך; איז דאס א באווייז אז דו ביסט מיט יראת שמים.


איך פריי זיך אז דו האסט מיר קלאר געמאכט ביים רעדן פריוואט וכו' וכו'; איך בין געווארן רואיג.


שטארק זיך בלימוד התורה אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, מוהרא"ש זאגט אז משניות איז סטי"ל ווא"ל פאר די נשמה, און אזוי ווי סטי"ל ווא"ל נעמט אראפ די איינגעגעסענע שמוץ פון כלים, אזוי אויך נעמט משניות אראפ אלע איינגעגעסענע שמוץ פון די נשמה.


שרייב מיר יעדע וואך א בריוו, איך וויל האבן קשר מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#171 - שוין צייט אראפצוגיין פון אלע גרופס
משניות, טעלעפאן, מוהרא"ש, חתונה, ח"י פרקים משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


החתן ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט לערנען די הייליגע תורה, זיי ממשיך מיטן לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; מוהרנ"ת זאגט (שיחות הר"ן סימן קפה): "לכמה אנשים צוה לומר ח"י פרקים משניות בכל יום", דער רבי האט געהייסן אסאך פון אנשי שלומינו זאלן זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות; זאגט מוהרא"ש, איז דאך גוט זיך אריין צו שטעקן דעם קאפ און זיין פון רבינ'ס לייט וואס טוען וואס דער רבי האט געזאגט.


איך וויל דיר בעטן עפעס, יעצט אז דו גייסט חתונה האבן זאלסטו זיך אפלאזן פון די נארישע זאכן פון כאפן בילדער און לייגן אויף גרופס, טו אויס די קינדערישע נארישע שיך, עס איז נישט גוט צו זיין אויף גרופס, אויך הער איך פון דיינע חברים אז דו ביסט אזוי אריינגעטון אין דעם אז דו ביסט ממש נישט ביי זיך, דיין קאפ איז מער אינעם טעלעפאן, און אז דו גייסט יעצט חתונה האבן - איז גוט דו זאלסט אפלאזן די גרופס; גיי אראפ פון יעדע גרופ, אנגעהויבן פון ישיבה גרופ, חברים גרופ, נאנטע חברים גרופ, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#170 - פרעג יעדע זאך צו וויסן וואס איז ריכטיג
חברים, מוהרא"ש, מוסר, לימוד התורה, פרעג איינעם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


ליבער ... נרו יאיר


איך האב דיך ליב און איך וויל דו זאלסט מיך פרעגן דיינע שאלות, פרעג יעדע זאך צו וויסן וואס איז ריכטיג, און האב נישט מורא פון באקומען מוסר; אז דער ראש ישיבה געבט מוסר - איז דאס נאר פון ליבשאפט, אז מען וויל בעסער ווערן וכו'.


ווער נישט פאר'כישוף'ט פון חברים וואס היינט זענען זיי דיינע חברים און מארגן וועלן זיי לאכן פון דיר, און אז דו האסט איבריגע צייט - זאלסטו לערנען חומש, משניות, גמרא און אזוי ווייטער.


ליבער ברודער, זאלסט שטענדיג געדענקען וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "א מענטש האט קיינעם נישט אויף די וועלט, נאר דעם אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#169 - חינוך הייבט זיך אן ווען די קינדער זענען נאך יונג
קינדער, הכנסת אורחים, מוהרא"ש, דאווענען, חינוך

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך אז דו האסט אריינגענומען געסט אויף שמחת תורה, ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו עפנסט דיין טיר פאר אים מיט א ברייטע הארץ, דו ביסט מקיים די מצוה פון הכנסת אורחים ווי עס דארף צו זיין; דאס איז א גרויסע זאך, דער הייליגער רבי זאגט מורא'דיגע זאכן אויף הכנסת אורחים, קוק אריין אין ספר המידות אות הכנסת אורחים.


דיינע קינדער ווערן שוין עלטער, דארפסטו שוין טראכטן פון חינוך. מוהרא"ש זאגט, חינוך הייבט זיך אן ווען די קינדער זענען נאך יונג, ווייל די קינדער זעען ווי אזוי די עלטערן פירן זיך, און אז די עלטערן פירן זיך ערליך און איידל וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן; קינדער וואס זעען דעם טאטן גיין יעדן טאג אין שול דריי מאל א טאג וועלן זיי דאס נאכמאכן, און אז דער טאטע דאווענט נישט - וועלן די קינדער נישט גיין דאווענען.


מען קען זיך נישט אויפוועקן ווען די קינדער זענען גרויס, מען קען נישט אנכאפן א קינד ביים אויער און אים נייטן צו דאווענען, די וועג ארבעט נישט, נאר אז דער טאטע דאווענט, און רעדט נישט ביים דאווענען - וועט דער קינד אויך דאווענען.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#168 - ווען וועסטו שוין אפלאזן די טעלעפאן?
סמארטפאון, מוהרא"ש, ליצנות, פילטער, תורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האף אז דו דערהאלסט זיך, דו גייסט אן מיט לערנען און מיט דאווענען, און מיט זיך פירן ערליך אויפן רבינ'ס וועג, זיין א תם; נישט א נאר, נאר זיך פירן בתמימות ופשיטות.


וואס וועט זיין מיט אונזער געשעפט? דו האסט מיר געזאגט אז דו מאכסט מיט מיר א געשעפט, אז דו גייסט נישט אהיים ברענגען דיין סמארטפאון אין שטוב נאך די חתונה און איך זאל ארויסגיין פון מיין וועג און יא זיין מסדר קידושין ביי דיין חתונה; איך האב געטון מיינ'ס, איך בין ארויס פון מיין וועג, יעצט וויל איך וויסן וואס טוט זיך מיט דיר, ווען וועסטו אנהייבן טון דיין צוזאג, ווען וועסטו שוין אפלאזן די טעלעפאן?


טעג און נעכט גייען דיר אוועק מיט די טעלעפאן, ממש וואס מוהרא"ש זאגט אז דאס איז כישוף, ביי זיי רופט מען דעם קאמפיוטער 'מחשב', מוהרא"ש פלעגט אלץ צושרייבן (מחשף), ווייל דאס איז מכחיש די קדושה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין סז.), וואס איז די לשון כישוף? "מכחישין פמליא של מעלה", זיי טוען אפשוואכן די כח פון די קדושה; אזוי אויך די כלים, קאמפיוטער, טעבלעט, טעלעפאן - טוען "מכחישין פמליא של מעלה" אפשוואכן די קדושה, די יראת שמים, און אפילו עס איז היינט דא גוטע פילטערס, דאס איז אפצוהאלטן ניאוף, אבער עס איז נאכנישט דא א פילטער וואס זאל פילטערן ליצנות; מען פארלירט די תמימות, מען פארלירט די געפיל צו זיין א איד.


זאג משניות אנשטאט מיש'נ-נייעס, זאג משניות אנשטאט קוקן סטעטוס; עס איז אריבער תשפ"ו, וואס האסטו פון די גאנצע יאר קוקן סטעטוס? וואס האסטו מרוויח געווען? הייב אן די יאר מיט יראת שמים, מיט לערנען תורה; מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה - וועסטו מרוויח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#167 - וואס מיינט שלום בית
שלום בית, מוהרא"ש, רבי נתן, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב, דער הייליגער רבי נתן פלעגט שטענדיג זאגן אז שלום בית איז זייער זייער וויכטיג פאר עבודת השם, ווייל מיט שלום בית האט מען אנדערע מוחין, מיט שלום בית קען מען זוכה זיין צו ריינע מוחין; און פארקערט, אויב מען קריגט זיך אין שטוב - האט מען נישט קיין קאפ וכו' וכו'.


מוהרנ"ת האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו קענען פארן צום רבי'ן, האבן אים חברים צוגערעדט ער זאל פארקויפן זיין ווייב'ס טיכל, אזוי וועט ער האבן געלט צו פארן צום רבי'ן. זיין ווייב'ס טיכל איז געווען ווערד אסאך געלט, עס האט געהאט אריינגענייט אין זיך שיינע בריליאנטן און טייערע שטיינער, אבער רבי נתן האט פארשטאנען אז אויב ער וועט דאס טון וועט דאס ערגער מאכן די מצב אין שטוב און ער האט נישט צוגעהערט צו די חברים, שפעטער האט רבי נתן געדאנקט דעם אייבערשטן אויף דעם וואס ער האט נישט געפאלגט די חברים, ער האט נישט וויי געטון זיין ווייב; ער האט געזאגט: "וואלט איך ווען פארקויפט איר טיכל וואלט געווען נאכדעם א גט און איך וואלט נישט געקענט מקבל זיין פון רבי'ן"; ווייל דעם רבינ'ס ליכטיגקייט קען מען נאר מקבל זיין מיט א ריינעם מח, מיט א הייליגע מח, און דאס גייט נאר אז מען איז אן אדם השלם.


שלום בית מיינט נישט נאכלויפן די ווייב וכו' וכו'; עס שטייט די וואך אין די פרשה (בראשית ג, טז): "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ, וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", אז די פרוי וועט גליסטן צום מאן און דער מאן וועט געוועלטיגן אויף איר (עיין שם בפרש"י); מוהרא"ש זאגט אז די צוויי זאכן גייען געקניפט און געבינדן, אויב עס איז פארקערט ווי עס שטייט אין פסוק, דער מאן לויפט נאך זיין ווייב וכו' - דעמאלט דרייט זיך אויס דער פסוק אויפן מאן, זי הייבט אן געוועלטיגן אויפן מאן, ווי מער מען לויפט נאך די ווייב וכו' - ווערט דער מאן זייער אראפגעקוקט אין די פרוי'ס אויגן. איך קען נישט צופיל מאריך זיין וכו', מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז שלום בית איז נישט וויי טון, נאר רעדן שיין און הארציג, אבער נישט נאכלויפן וכו'.


מארגן וועט זיך צוריק אנהייבן די וועכנטליכע ליל שישי שיעורים, מי יתן אז דו וועסט דאס מיט האלטן, וועסטו באקומען חיזוק אויף זיך פירן אין שטוב מיט סבלנות און ותרנות, און זוכה זיין צו האבן מוחין צו קענען מקבל זיין פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#166 - זיך קענען ליידן, און זיך ליב האבן
מחלוקת, מוהרא"ש, לשון הרע, אחדות, אהבת ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אונזער הצלחה איז נאר אנגעהאנגען אין איין זאך: אז מיר וועלן זיך אויסקומען איינער מיטן צווייטן, זיך קענען ליידן, און זיך ליב האבן; דורכדעם וועלן מיר זייער מצליח זיין. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב), די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט הערשן צווישן אייך; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז: ווען וועט שוין מקוים ווערן די שיחה פון רבי'ן? ווען וועט זיין צווישן אונז אזא שטארקע ליבשאפט אז מען וועט זיך וואונדערן דערויף? מיר זאלן נישט מבטל זיין א צווייטן, מיר זאלן פארגינען א צווייטן, און זיך נישט מישן אין א צווייטנ'ס פרשה.


ווען מען קומט דיר דערציילן מעשיות פון דעם און פון יענעם - זאלסטו זיך נישט פרייען, עס זאל דיר נישט אינטערעסירן, און געדענק, די בעלי לשון הרע וואס זענען פארנומען מיט יעדן - זענען אויך פארנומען מיט דיר, מען האט אויף דיר אויך עוולות, מען רעדט אונטער דיר אויך; זאלסטו זיך נישט צוכאפן צו די מעשיות.


א גוטע עצה צו שטיין ווייט פון מחלוקת איז זיך צו דערמאנען יעדן טאג נאכאמאל ביי התבודדות: 'ווער בין איך? ווי אזוי הייס איך? וואס טו איך אין ברסלב? פארוואס בין איך געקומען קיין ברסלב? וואס איך מיין ציל אין לעבן? ווי לאנג נאך גיי איך לעבן?' און אזוי ווייטער; דעמאלט איז גרינגער זיך ארויסצודרייען פון רעדן פון דעם און פון יענעם, מען לעבט מיט תכלית.


וויסן זאלסטו, דארט וואו מען האלט זיך אינאיינעם - דארט איז דער רבי, אפילו א קליינע חבורה, אויב מען האט זיך ליב און מען רעדט פון רבי'ן - קען מען דארט שפירן דעם רבי'ן, ווייל ווען דער רבי איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן, אויפן וועג ארויס פון שטוב האט ער געלייגט די האנט אויף די מזוזה און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קפז), איר זאלט זיך האלטן צוזאמען, און דאווענען צוזאמען, ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען, און דאווענען צוזאמען - וועט איר מיך קענען ממשיך זיין צו אייך.


דאס איז נישט נאר ביי א שול אדער א חבורה, דאס איז ביי חברים וכו'; אז דו מיט דיינע חברים רעדן פון רבי'ן און מען האט זיך ליב - איז דאס א גוטע סימן, און אז מען רעדט נאר פון לשון הרע - איז נישט גוט.


די וואך וועט נישט זיין א שיעור פאר די פרויען, מען איז נאך פארנומען מיט צוריק שטעלן די סדר אין שטוב, אריינלייגן די קינדער אין סדר; קומענדיגע וואך וועט אם ירצה ה' זיין צוריק די שיעורים פאר די אידישע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#165 - די שוועריקייטן אין אנהויב, דאס העלפן דעם מענטש
מוהרא"ש, לשון הרע, מניעות, צדיק, עלטערן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך זע אז דו גייסט זייער שטארק מצליח זיין ביים הייליגן רבי'ן, לויט דאס וואס גייט אריבער, און יעצט האט מען זיך פריש גענומען אויף דיר וכו'; ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קפה), ווי מער מען גייט אריבער שוועריקייטן ביים קומען צום צדיק – אלץ מער איז מען זוכה מקבל צו זיין, ווייל די מניעות ורדיפות מאכט א כלי לקבל הרבה קדושה וטהרה.


אזא שאד אז עלטערן הערן די לשון הרע וואס מען רעדט אויף ברסלב'ע חסידים, און זיי זענען דאס מקבל, און דאס איז גורם אז זיי זאלן האבן אזופיל צער און ווייטאג; וואלטן די עלטערן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ, וואס פאר א יראת שמים און אמונה דער רבי געבט אונז – וואלטן זיי געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז זיי האבן א קינד וואס איז נתקרב געווארן צום צדיק אמת, און איז זוכה צו באקומען פון צדיק חיזוק און עצות ווי אזוי צו ווערן אן ערליכער איד; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "אויף מיר קריגט קיינער נישט, מען קריגט אויף איינעם וואס מען האט אויסגעטראכט אויף אים לשון הרע וכו', און אויף אים קריג איך אויך, אבער אויף מיר קריגט קיינער נישט".


שטארק זיך און דערהאלט זיך, עס וועט אריבערגיין, אויך אויף מוהרנ"ת איז דאס אריבערגעגאנגען; זיין טאטע מאמע, שווער און שוויגער האבן אים גע'רודפ'ט פארן ווערן א ברסלב'ער, אויך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז דאס אריבער, אלע גייען דאס אריבער, אבער ביים סוף זענען טאטע מאמע מודה אז דיקא די ברסלב'ע קינדער פירן זיך מיט גרויס דרך ארץ, מיט כיבוד הורים וכו'.

#164 - ארבעטן פאר'ן רבי'ן, אן באקומען אנערקענונג
הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, חיזוק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך פארשטיי דיינע געפילן וכו', ווען דו מיט דיין ווייב זעען ווי קיינער איז נישט מכיר טובה אויף וואס ענק טוען, ענק הערן נישט קיין איין גוט ווארט וכו', און דאס האט צוגעברענגט אז דו זאלסט ווערן אויסגעברענט וכו'; דאך בעט איך דיר זייער, לכבוד די נייע יאר און לכבוד די גוטע נייעס וואס איז דא ביי ענק – זאלן ענק יא צוריק אנהייבן העלפן מיטן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן, און אז ענק באקומען נישט קיין גוטע ווערטער מיט מתנות – זאלן ענק זיך אליין מחזק זיין איינער דעם צווייטן, און זיך דערמאנען: 'ווי האט מיך דער רבי געפונען? ווי האב איך אויסגעזען אנעם רבי'ן? און צו וואו האט מיך דער רבי געברענגט, און וואס נאך ווארט אונז וכו'?


ווער האט געגעבן פאר מוהרא"ש גוטע ווערטער פארן מאכן אזא מהפכה אין די וועלט פארן דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים אז מיר זאלן האבן אזא ליכטיגקייט? קיינער; קיינער האט נישט געגעבן גוטע ווערטער, מען האט נאר געשפעט וכו', און מוהרא"ש האט נישט געקוקט אויף דעם, מוהרא"ש האט ווייטער משמש געווען דעם הייליגן רבי'ן מיט אזא נאמנות און מיט אזא מסירות הגוף והנפש; מיר דארפן גיין אין די וועגן, מיר דארפן האבן הכרת הטוב פארן רבי'ן ותלמידיו הקדושים, טון ווייטער פאר הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, עצות, חיזוק פאר אלעמען – אן ערווארטן...

#163 - הייב אן די יאר מיט לערנען חומש רש"י מיט תרגום
פרנסה, מוהרא"ש, חומש רש"י, מעביר סדרה, שנים מקרא ואחד תרגום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


הייב אן די יאר מיט לערנען חומש רש"י יעדן טאג פון די וואך, ווארט נישט אויף ענדע וואך, ווארט נישט אויף שבת, הייב אן פון אנהייב וואך, מאך זיך א קביעות - זאל זיין וואס זאל זיין – יעדן טאג צו לערנען חומש רש"י מיט תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, ביז סוף וואך וועסטו האבן געלערנט די גאנצע פרשה; דאס וועט דיר ברענגען אסאך גוטס, סיי בגשמיות; דו וועסט האבן פרנסה, וועסט האבן אריכות ימים, שלוות הנפש, און אויך ברוחניות וועט דיר עס העלפן, דו וועסט האבן כח עומד צו זיין אין די שווערע ברענעדיגע נסיונות, השם ישמרינו.


מוהרא"ש, ווען ער פלעגט אונז מחזק זיין צו מעביר סדרה זיין שוין פון אנהייב וואך, פלעגט ער שטענדיג דערמאנען די ווערטער פונעם הייליגן אריז"ל זכותו יגן עלינו, וואס זאגט אז מען זאל טון די מצוה ערב שבת, אבער מוהרא"ש פלעגט זאגן, א מענטש דארף לעבן מיטן מציאות, זיך נישט לאזן נארן; אז מען זעט עס גייען אריבער די טעג, וואכן און יארן און מען עפנט נישט אויף קיין חומש – דארף מען אוודאי טון וואס שטייט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג), "מיום ראשון", פון זונטאג קען מען שוין טון די מצוה, און אזוי האט זיך דער הייליגער גר"א געפירט (עיין משנה ברורה שם, סעיף קטן ח).


וואויל איז דער וואס לאזט זיך נישט נארן.