וועלט בארימטער גליון היכל הקודש גרייכט פינף הונדערטסטער גליון
יג סיון תשפ"א 📝
צען יאר צוריק ווען דער מנהל פונעם ברסלב'ער תלמוד תורה, הרב מרדכי אינדיג הי"ו, האט אפגעטייפט אפאר שיינע שטיקלעך פון רבינ'ס ווערטער אויף א גליון, האט ער נישט גע'חלומ'ט ווי ווייט דאס וועט דערגרייכן.
אבער עס האט נישט גענומען קיין סאך צייט, ביז די גריסן האבן אנגעהויבן צו קומען, מענטשן - ברסלב'ע חסידים און אפילו אידן פון אנדערע שולן - האבן זיך זייער צוגעכאפט דערצו, מען האט זייער הנאה געהאט פון די פשוטע שפראך פונעם גליון, פון די געשמאקע עצות און חיזוק, און בפרט פון די תורות אויף די פרשה מיט א למעשה'דיגער מוסר השכל.
און וויבאלד דער געדאנק אז רוב שולן לייגן ארויס גליונות פון פילע קהילות איז שוין דאן געווען א אנגענומענע זאך כמעט איבעראל, האבן אנגעהויבן אריינצוקומען בקשות פון פארשידנע קהלות קדושות אז מען זאל עס ברענגען אויך ביי זיי אין בית המדרש.
אזוי האט זיך אנגעהויבן די הפצה פון די גליונות. א הפצה וואס האט נישט זיינ'ס גלייכן, אן הפצה וואס האלט שוין אן פאר גאנצע צען יאר אן אפשטעל. יעדע וואך און יעדע יום טוב, ערשיינט דער גליון אנגעפאקט מיט א רייכער תוכן און שיינע שפראך, און איז מחיה און מחזק צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט בלי שום גוזמא. מען הערט כסדר גריסן ווי דער גליון האט געשטעלט אויף די פוס גאנצע משפחות. מען באקומט פידבעק ווי עס מאכט דער שבת טיש ביי פילע משפחות, מען זאגט נאך די תורות ביים טיש, און מען דערציילט די מעשיות פאר די משפחה.
היינט צו טאגס ווערט דער גליון צושיקט פאר צענדליגע טויזנטער אימעיל אדרעסן איבער די גאנצע וועלט, עס ווערט געדוקט יעדע וואך אין דריי שפראכן, אין אידיש, לשון הקודש און ענגליש, און אידן איבער די וועלט מאכן גוזמאות פון קאפיעס וואס ווערט דערנאך אראפ געלייגט אין שולן דורך די מפיצים.
די מפיצים זענען זיך מחיה מיט די גליונות, זיי זאגן אז עס איז פון די גרינגסטע זאכן מפיץ צו זיין, ווייל ווי אויבן דערמאנט, זענען גליונות אין שולן א זייער אנגענומענע זאך היינט צו טאגס, און רוב שולן האבן גליונות פון פילע קהילות קדושות בישראל, און די מפיצים זאגן אז אויב זיי פארפאסן נאר איין וואך פון לייגן די גליונות אין א שול באקומען זיי תיכף נאך שבת א רוף פון די גבאים "וואו ביסטו געווען? מען האלט אין איין זוכן דעם ברסלבער גליון!".
מיט די צייט איז דער גליון געווארן בארייכערט און פארברייטערן מיט פארשידענע שיינע קאלומס. היינט צו טאגס באשטייט דער גליון פון די פאלגענדע קאלומס: "א ווארט אויף די פרשה", ווי עס ווערט געברענגט קורצע שיינע געדאנקען, וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די פרשה, חיזוק אויפן טאג טעגליכן לעבן. "מוהרא"ש דערציילט" דא ווערט געברענגט גאר אינטערעסאנטע שמועסן פון מוהרא"ש זי"ע, יעדע וואך אויף פארשידענע ענינים באגלייט מיט גאר אינטערעסאנע עובדות און סיפורים. ביים ווינקל ערשיינט א קורצע קעסטל "א גוט ווארט" דארט ווערט געברענגט א קורצע און אינספרירינדע שטיקל צו ערוועקן די נשמה פון א מענטש ארויסגענומען פון "עצתו אמונה". אויפן צווייטן זייט וועט געווענליך זיין א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א בענינים העומדים על הפרק, און אויפן דריטן זייט אן אינטערעסאנטע אקטועלע שאלה געוואנדן צום ראש ישיבה שליט"א, מיט א וואונדערליכע תשובה פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס העלפט דעם שואל אין זיין פראבלעם און ווייזט אים דער וועג וויאזוי ארויסצוגיין פון זיין פראבלעם און וואס צו טון על פי תורה. דערנאך קומט דער קאלום "די לעבנס געשיכטע פון הייליגן רבי'ן" וואס לויפט שוין איבער הונדערט וואכן, ווי עס ווערט דערציילט אין קורצן דאס לעבן פון הייליגן רבי'ן און אלץ וואס איז אויף אים אדורך, ארויסגענומען פון ספר "פעולת הצדיק". דערנאך אויפ'ן לעצטן זייט ערשיינט דער רובריק "נייעס אינערהאלב מוסדותינו הקדושים" וואו עס ווערט באריכטעט אין קורצן די לעצטע נייעסן און אפדעיטס מהנעשה והנשמע אין די הייליגע מוסדות.
פון דעם גליון זענען זיך צואוואקסן פילע שיינע גליונות פון אנשי שלומינו, מיט וואס פילע זענען זיך מחיה, און טייל קען מען אפילו באקומען אויף די פאסט. כהיום קומען ארויס אויף א וועכענטליכע פארנעם די פאלגענדע גליונות פון היכל הקודש 1) גליון היכל הקודש (אין דריי שפראכן) 2) קרית ברסלב בלעטל 3) גליון סיפורי מעשיות (אין צוויי שפראכן) 4) עצתו אמונה (דריי שפראכן) 5) שיחות פון ראש ישיבה (צוויי שפראכן) 6) א גריס פון בית פיגא 7) גליון אשר היה אל יואל (צוויי שפראכן) 8) בית נצחי. די גליונות "היכל הקודש", "קרית ברסלב בלעטל", "עצתו אמונה", און "בית נצחי" קען מען באקומען צוגעשיקט אויף די פאסט פאר א צוגענגליכענע פרייז דורכן קרן הדפסה (718-387-2691 עקסטענשאן 3, אדער subscribe@kerenhadfusa.org).
📰 ערשטע באנד עצתו אמונה אין ענגליש ערשינען
📰 ברסלב סענטער געשעפט אפן
📰 די מפיצים פון בית שמש, עפענען אן אייגענעם בית דפוס
📰 צו באקומען גליון "עצתו אמונה" ענגליש אויף די פאסט
📰 וועכענטליכע עצתו אמונה באקומט נייע אפטיילונגען פאר קינדער
📰 אידישע שטובער ווערן אויפגעלאכטן וועכענטליך מיט פילע גליונות און אויסגאבעס ארויסגעגעבן דורך היכל הקודש
📌 די גליונות צו דאונלאדן אויפן וועבסייט
🔗 זיך איינצושרייבן צו באקומען די גליונות אויף אימעיל
📧 זיך איינצושרייבן צו באקומען די גליונות אויף די פאסט
📜 דאס גרויסקייט פון איבערטייטשן דעם גליון אויף ענגליש
📜 דער גליון פון שטעטל לעבט אויף דעם שבת טיש
📸 ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו לייגט ארויס באקסעס מפיץ צו זיין די גליונות