מען קויפט שוין טיקעטס קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב
כב סיון תשפ"א 📝
קרעדיט מו"ה משולם פינטער הי"ו, און מו"ה אלי קנאלל הי"ו
אזוי ווי מען האלט שוין בערך דריי חדשים איידער די לאנג אויסגעווארטעטע נסיעה קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט, ווי מען וועט זיך אויסבעטן פאר זיך און די משפחה א גוט געבענטש יאר; האבן מיר אויפן פארלאנג פונעם ציבור צוזאם גענומען אינפארמאציע איבער קויפן עירליין טיקעטס, צו פארן היי יאר פון ניו יארק קיין קיעוו אויף ראש השנה תשפ"ב הבא עלינו לטובה.
צוליב דעם "קאָוויד" מצב אין וואס די וועלט געפונט זיך נאך, אזוי אויך וויבאלד ראש השנה געפאלט מאנטאג נאכט, און עס זענען דא ווייניג פלייטס וואס פארן ארויס גענוג שפעט נאכן זמן מוצש"ק איז דא א מאנגל אין טיקעטס אויף די פאר פליגערס וואס פארן ארויס שפעט מוצש"ק ביז זונטאג אינדערפרי, דאס איז אויסער וואס דער ציבור וואס פארט דאס יאר איז אסאך מער ווי אין די פארגאנגע יארן, און איז גורם אז די פרייזן פון די ווייניג עירליין טיקעטס פון מוצש"ק וואס זענען עוועיליבל זאל ארויף גיין.
א גוטע אפשען איז צו קויפן אויף די פלייטס פון מיטוואך און דאנערשטאג, בעפאר שבת קודש, וואס פון די פלייטס איז נאך דערווייל דא א גרויסע אויסוואל.
דער טרעוועל אגענטור "פלען איט רייט" האט אראנדזשירט א "טשארטער" וואס וועט בעז"ה פארן מוצש"ק 1:30 פארטאגס פון ניו יארק (זמן מוצש"ק אין ניו יארק איז בערך 8:35), מען פארט בעז"ה צוריק פון קיעוו מוצאי יום טוב פארטאגס. די פרייז פארן טשארטער איז $1750.
אויב עס וועט זיין א פארלאנג פון גענוג מענטשן צו מאכן נאך א טשארטער אויף דאנערשטאג מיטאג, וועט מען בעזרת השם יתברך אויך צושטעלן א פליגער אויף דאנערשטאג מיטאג. מען קען מאכן א טיקעט ביי פלען איט רייט מיטן אפשען אז אויב עס וועט באשטעטיגט ווערן דער דאנערשטאג טשארטער וועט מען קענען רוקן דעם טיקעט בחנם. פאר מער פרטים רופט "פּלען-איט-רייט" 845-678-3555 עקסטענשאן 5.
וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרום
📰 אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן
📰 אינפארמאציע איבער רעזערווירן א בעט אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב
📰 פארשריט אינעם בנין פון ראש ישיבה אין אומאן צוצולייגן נאך צימערן אויף ראש השנה תשפ"ב
📰 אוקראַינא זאגט אז זי וועט אריינלאזן וואקסינירטע אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ב
💬 קען איך נוצן מעשר געלט צו פארן אויף אומאן?
📜 ענדיגן דעם בנין אין אומאן
📸 נסיעה צו אומאן ראש השנה תשע"ג מיט מוהרא"ש זי"ע
📚 ראש השנה ביי צדיקים
🎞️ דער ראש ישיבה קוקט זיך פאר דאס דאווענען מיט די קינדער כאאר
🎹 איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן
📸 אומאן ראש השנה תשע"ב, נאכגעפאלגט מיט נסיעה צום בית המדרש הבעש"ט אין מעזבוז
💬 וואו איז דער מקור צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה?
📜 זיך אויפפירן מיט דרך ארץ ביים הייליגן רבינ'ס ציון
📜 יעצט ענדיגן דעם בנין אין אומאן
🎹 אומאן ראש השנה!
🎹 ראש השנה אין אומאן
🎹 איך לויף קיין אומאן צום רבין