מיט גרויס פרייד ווילן מיר מעלדן אז דער פריש הערליך איבערגעדרוקטער "תיקון ליל שבועות", איז שוין דא צו באקומען.
אלע יארן בעפאר יום טוב שבועות פלעגט מוהרא"ש זאגן אז דער עיקר תיקון איז אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, און די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע ספר פון נ"ך. און דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט.
אסאך מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון, און זיי זאגן דערפאר גארנישט. דעריבער - פלעגט מוהרא"ש זאגן - דארף מען וויסן אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע תיקון, זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז דער ערשטער און לעצטער פסוק, אזוי אויך - האט מוהרא"ש געזאגט - איז כדאי צו זאגן די תרי"ג מצות שבועות ביינאכט, און מיט דעם זיך צוגרייטן צו מקבל זיין אויף זיך צו מקיים זיין די אלע תרי"ג מצות וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די אידן אום יום טוב שבועות. (זעה בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אונטן פונעם נייעס)
ווען דער בית הדפוס האט צום ערשטן מאל געדרוקט דער קורצער "תיקון ליל שבועות" וואס האט אנטהאלטן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון אלע סדרות און ספרי התנ"ך, האט מוהרא"ש זייער הנאה געהאט, זאגענדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן אנהייבן זאגן דעם תיקון ליל שבועות, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זינט דעמאלטס האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל.
שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו"ט שבועות, האט מען שוין ב"ה געדרוקט אויף א הערליכע פארמאט, אויף דעם אופן ווי מען האט געדרוקט דעם הגדה "אור זרוע" בעפאר דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח.
מען קען עס שוין באקומען ביים קרן הדפסה און אויפן וועבסייט.



שאלה: "וואס דער מנהג איז אין ברסלב צו זאגן ביי תיקון ליל שבועות?" - שמואל
ענטפער פון מוהרא"ש זי"ע (איבערגעזעצט אויף אידיש)
בעזה"י יום ה' לסדר במדבר ג' סיון ה'תשע"ב
שלום וברכה אל שמואל נ"י
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
א ישר כח אויף די תפלות וואס דו בעטס פאר מיין שנעלע ערהוילונג, דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע דיין תפלות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון פארן אייבערשטן.
מיר פירן זיך נאר צו זאגן די פסוקים פון תנ"ך שבועות ביינאכט. דאס הייסט אז מען הייבט אן די ערשטע פסוק און מען ענדיגט מיטן לעצטן פסוק פון יעדן פרשה, אזוי אויך פון אלע ספרים פון נ"ך, און מ'זאגט בכלל נישט משניות, דאס ווערט נישט געברענגט אין זוהר. נאכדעם זאגט מען די גאנצע תרי"ג מצוות, און דאס איז עס. 
די איבעריגע צייט רעדט מען אסאך צום אייבערשטן, און מ'בעט דעם אייבערשטן זוכה צו זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי, ווייל שבועות ביינאכט איז א גרויסער עת רצון אין הימל.
פארטאגס פארן עלות גייט מען זיך טובל'ן אין מקווה, וואס דאן איז מען ממשיך אויף זיך די מח פון שער החמישים, און מען דאווענט וותיקון, דערנאך מאכט מען קידוש, און מען עסט א מילכיגע סעודה, און מען לייגט זיך שלאפן. מיטאג צייט שטייט מען אויף און מען עס די יום טוב'דיגע פליישיגע סעודה.
דער עיקר זאלסטו זיך זייער זייער שטארק אנשטרענגען צו זיין פרייליך אויפן גרויסן זכי' אז דו ביסט געבוירן א איד, און ביסט נישט קיין גוי, וואס איז די גרעסטע שמחה. און ב"ה דאס אידישע פאלק האט מיט וואס זיך צו פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די תורה אויף בארג סיני, און אויך יעצט וועלן מיר פריש מקבל זיין די תורה פונדאסניי.
דער אייבישטער וואס הערט די תפלות פון אידישע קינדער, זאל אויסהערן די תפלות וואס איך בעט און איך מתפלל פאר דיר שטענדיג, זאסלט מצליח זיין אין אלעס וואס דו טוסט.
המאחל לך ברכה והצלחה מן השמים
 
📖 דער נייער הערליכער איבערגעדרוקטער קורצער "תיקון ליל שבועות"
📰 קרן הדפסה פארנומען ארויסצושיקן די פילע באשטעלונגען פונעם נייעם אנליין געשעפט
📰 חידוש אין עולם ההפצה - דראפבאקס אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו
📰 וועד האש"ל גרייט זיך אויפצונעמען די פילע געסט אין שטעטל
📰 הכנסת ספר תורה אין שטעטל דורכן ראש ישיבה קומענדיגן שבועות הבעל"ט
💬 איך וויל אנהויבן לערנען, ווי אזוי הויבט מען אן?
📸 קרן הדפסה דרוקט איבער דעם תיקון ליל שבועות
📜 דאווענען שבועות מיט ברסלב'ע חסידים, און איבער די קורצע תיקון ליל שבועות
📰 דער ראש ישיבה וועט בעז"ה וויילן אום שבועות תשפ"א אין שטעטל קרית ברסלב
📰 דער ראש ישיבה באזוכט דעם בית הדפוס אין שטעטל ניסן תשפ"א
📰 קרן הדפסה דרוקט איבער "הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש" ניסן תשפ"א
📜 צוגרייטן מילכיגס פאר די מילכיגע סעודה, און באצירן דעם בית המדרש
📸 ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג באצירט לכבוד שבועות תש"פ
📸 ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן ווערט באצירט מיט בלומען שבועות תשע"ט
📸 ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל העיס אויסגעצירט לכבוד שבועות תשע"ח‎