דער ציבור אנשי שלומינו נעמט גאר ווארעם אויף די נייעס פונעם נייעם אונטערנעמונג דורכן רענט קאמפיין, דהיינו צו שיקן הזכרות און מתפלל זיין ביים ציון פון הייליגן רבין אין אומאן, דער מקום מיוחד ומסוגל אויסצופועלן ישועות און רפואות. ווי דער הייליגער רבי שרייבט 
ביי סיי וועלכע געלעגענהייט, ביי א שמחה צי ווען מען דארף א ישועה, וועט מען קענען רופן דעם רענט קאמפיין וואס וועלן שיקן א שליח מיוחד צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן און דארט מזכיר זיין א נאמען און די בקשות.
אויסער דעם וועלן אלע נדבנים וואס געבן פון $100 א חודש און ארויף, דערמאנט ווערן זייערע נעמען ביים ציון פון הייליגן רבין בעז"ה יעדן ערב ראש חודש.
דער "רענט קאמפיין" באשטייט פון טייערע אינגעלייט וואס האבן גענומען אויף זיך דעם עול פון באצאלן די רענט פארן בנין פון די הייליגע מוסדות, און מיט דעם נעמען זיי אראפ א שווערע לאסט פונעם ראש ישיבה, וואס קען אין די צייט זיך אפגעבן מיט די תלמידים און מיט ענטפערן שאלות מיט הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס דער ראש ישיבה האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע.
און חפץ ה' בידם הצליחו, דער ציבור נעמט זייער שיין אויף די גבאים פונעם רענט קאמפיין, און מיטן אייבערשט'נס הילף האט מען ברוך השם באוויזן צו דעקן דעם רענט הונדערט פראצענט.
יעצט האט דער רענט קאמפיין ארויסגעשטעלט א ספעציעלע קוויטל פארם וואס אלע נדבנים קענען מען קען אויספילן פאר הזכרות. 
עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ (ספר המידות, אות צדיק, סימן קע"ג)
🔗 שיקט א קוויטל צום הייליגן רבינס ציון אין אומאן דורכן רענט קאמפיין 
📸 מסיבת הכרות הטוב - מוצש"ק יתרו תשפ"א
📸 מסיבת הכרת הטוב - מוצש"ק תרומה תש"פ
📰 מען גרייט זיך צום "מסיבת הכרת הטוב" מוצש"ק יתרו העעל"ט
📰 נאך און נאך שיעורים פון מוהרא"ש ווערן כסדר ארויפגעלייגט
📰 קורצע תיקון ליל שבועות איבערגעדרוקט דורך קרן הדפסה שוין דא צו באקומען
📰 נייע ברסלב סענטער אנליין געשעפט
📸 מוהרא"ש ז"ל ביים געבן צדקה פארן קרן הדפסה מיט א געוואלדיגע שמחה
📰 הכנסת ספר תורה אין שטעטל דורכן ראש ישיבה קומענדיגן שבועות הבעל"ט
🛡️ קמיע פון מוהרא"ש זי"ע לשמירה ולהצלחה
📰 דעדליין אנצוהאלטן די חזקות פאר א בעט אין אומאן איז שבועות הבעל"ט
🎹 איך לויף קיין אומאן צום רבין
📚 קונטרס "השתטחות על קברי צדיקים"
📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים"