תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די טייערע שיעורים וואס זענען ממש כמים קרים על נפש עייפה.
איך זע נאכאלץ נישט קיין גאנצע ישועה מיט מיין זון וואס האט ליידער אוועק געגליטשט, כאטש וואס איך לערן מיט אים אויפ'ן טעלעפאן יעדן טאג משניות, ווייס איך האב אבער נישט וואו ער האלט מיט זיין אידישקייט און מיט'ן היטן שבת.
אמאל פלעג איך זייער אסאך וויינען צום אייבערשטן איבער דעם, מיינע אויגן פלעגן ממש וויי טון פון אזויפיל וויינען, אבער יעצט האב איך מער נישט קיין כח צו וויינען, איך בעט טאקע אסאך דעם אייבערשטן, אבער אן קיין וויינען.
און איך טראכט צו זיך אז אויב האבן די שטורעמישע תפלות מיט גרויס געוויין נישט געקענט אויפטון און ברענגען די גאנצע ישועה, ווי אזוי וועלן די פשוטע תפלות יא העלפן?
א גרויסן יישר כח פאר אלעס.
אפרים
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת יתרו, י"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד אפרים נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קיב): "וְהַמַּשְׂכִּיל הַמֵּבִין יֵשׁ לוֹ לְהִתְפַּלֵּל כָּל יָמָיו שֶׁיִּזְכֶּה פַּעַם אֶחָד כָּל יְמֵי חַיָּיו לְדַבֵּר דִּבּוּר אֶחָד שֶׁל אֱמֶת לִפְנֵי ה' כָּרָאוּי", א מענטש דארף א גאנץ לעבן בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו מתפלל זיין כאטש איין אמת'ע תפילה אין זיין לעבן; אבער דער רבי זאגט נישט א סימן מען זאל וויסן ווען מען איז זוכה צו די אמת'ע תפילה.
קיינער ווייסט נישט ווען די אמת'ע תפילה קומט ארויס פונעם מענטש; א מענטש מיינט אז ווען מען גיסט זיך אויס דאס הארץ וכו' איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, אבער ווען מען איז פארמאכט און מען קען אפילו נישט וויינען, קוים וואס מען קען ארויס זאגן א ווארט, דאס איז נישט חשוב. עס איז נישט אזוי; אמאל קען זיין אז דוקא ווען דער מענטש איז אזוי צעקלאפט וכו', ער דאווענט און בעט דעם אייבערשטן טרוקענערהייט וכו', דעמאלט קומט ארויס פון אים א דיבור אמת.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צה): ווען א מענטש דאווענט צום אייבערשטן זאל ער נישט טראכטן: 'ווען גיי איך שוין אביסל וויינען?' 'ווען גיי איך קענען בעטן מיט טרערן?' ווייל דאס אליינס איז מחשבות זרות; נאר ווען מען דאווענט דארף מען טראכטן פון וואס מען זאגט און נישט וועלן גארנישט אפעס אנדערש. חוץ פון דעם זאגט דער רבי, אז אויב מען ווארט צו וויינען וועט מען ביידע נישט האבן – נישט דאס וויינען און נישט דאס דאווענען.
דערפאר זאלסטו זיך נישט מבלבל זיין צי דו וויינסט יא, צי דו וויינסט נישט; דו זאלסט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיין קינד ער זאל תשובה טון. קוק נישט אויף די אלע מחשבות וכו' וואס דאס קומט פונעם יצר הרע. דער יצר הרע האט זייער מורא פון תפילה, דערפאר זוכט ער צו מבלבל זיין דעם מענטש מיט אלע סארט קאפ דרייענישן וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.