תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א 20 יעריגער בחור, נאכנישט קיין חתן, און ס'איז מיר זייער שווער ברוחניות ובגשמיות. אלע מיינע חברים האבן שוין חתונה געהאט, און איך בין געבליבן אליין, און ס'איז מיר זייער שווער.
איך האב אסאך נסיונות אין קדושה, די בחורים אין מיין ישיבה רעדן זייער שמוציג, אין יעדע דריטע שמועס קומט אריין שמוץ, איך דארף חיזוק אנצוגיין.
איך קען דאס נישט דערציילן פאר קיינעם אין מיין ישיבה, ווייל עס הייסט א חשובע ישיבה, מיט חשובע בחורים, איך אליין בין אויך בעצם א גוטער און געבויעטער בחור, און איך שעם זיך אויסצורעדן דאס הארץ פאר סיי וועמען. איר זענט דער איינציגסטער צו וועמען איך קען רעדן און בעטן חיזוק און הילף.
א גרויסן יישר כח.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בה"ב, כ"א אייר, יום הולדת מוהרא"ש זי"ע, ל"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברידער: "קיינער אויף דער וועלט פארשטייט נישט די צער פון א בחור"; דאס פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן.
מוהרא"ש האט געוויינט זיין גאנץ לעבן צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף בחורים און מיידלעך - זיי זאלן חתונה האבן ווי יונגער. אזוי קען מען ראטעווען אלע בחורים און מיידלעך פון ארויס גיין לתרבות רעה, ווייל ווילאנג מען איז א פלג גוף קען מען נישט זיין אפגעהיטן.
מוהרא"ש האט געזאגט אז ער איז געבוירן געווארן 'כ"א אייר' אין די ספירה פון "חסד שביסוד", ווייל ער איז מחזק די אלע וואס פאלן נעבעך אראפ אין מידת היסוד; בפרט בחורים וואס ווילן חתונה האבן און עס גייט זיי נישט קיין שידוך, ווייל זיי זענען בכלל נישט שולדיג.
"מיין זאך איז בחורים" - פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זאגן; "איך בין אראפ געקומען אויף דער וועלט אויפצוהייבן בחורים און זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיך צו דערהאלטן". מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר בחורים זיי זאלן טענה'ען יעדן טאג צום אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך וויל נישט זינדיגן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה; רבונו של עולם! איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות; וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, איך וויל נישט רעדן קיין ניבול פה, איך ווייס אז עס איז נישט גוט צו רעדן די רייד, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך היטן פון רעדן ניבול פה".
אנטלויף פון חברים וואס רעדן ניבול פה; וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש רעדט ניבול פה פארציילט ער פאר אלעמען ווער ער איז. ווי לאנג א מענטש רעדט נישט ווייסט מען נישט ווער ער איז - א חכם אדער א נאר, א צדיק אדער פארקערט; מען קען נישט דערקענען א מענטש פון אינדרויסן ווייל א מענטש קען זיך גוט פארשטעלן, נאר דורך זיין רעדן קען מען וויסן ווער ער איז, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי ב, ו): "מִפִּיו דַעַת וּתְבוּנָה", דורכן מויל קען מען דערקענען ווער דער מענטש איז.
ווען דו זעסט א מענטש רעדט נישט איידל זאלסטו וויסן אז ער איז דורך און דורך פארפוילט, אפילו פון אינדרויסן זעט ער אויס ווי א חשוב'ער מענטש; אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל-פֶּה, בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", ווער עס רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין גאנצע קאפ איז פול מיט עבירות; פון אזא איינעם דארף מען שטיין ווייט ווייל מען קען מיטגעשלעפט ווערן. זיי נישט קיין אויבער חכם צו טראכטן: 'איך רעד נישט, איך הער נאר ווי חברים רעדן', ווייל אויב הערט מען רעדן ניבול פה, אפילו מען רעדט נישט קיין ניבול פה, באקומט מען אויך אן עונש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג.): "רַב נַחְמָן בַּר יִצְחָק אָמַר: 'אַף שׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק'".
שטארק דיר און ווער נישט צעבראכן אז דו האסט נאך נישט דיין שידוך; טו די סגולות וואס דער רבי זאגט אז אויב מען טוט דאס וועט מען זוכה זיין צו טרעפן א שידוך. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף, דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה. עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, 'קריאה לחנוכה'; ווען מען ענדיגט דאס זאגן בעט מען דעם אייבערשטן - יעדער איינער אויף זיין שפראך: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".
מיט דעם וואס דו וועסט נישט רעדן קיין ניבול פה וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב. קוק וואס דער הייליגער מהרש"א זאגט (כתובות ח: דיבור המתחיל "על כן על בחוריו"): אויפן פסוק (ישעיהו ט, טז): "עַל כֵּן עַל בַּחוּרָיו לֹא יִשְׂמַח ה' וגו', כִּי כֻלּוֹ חָנֵף וּמֵרַע וְכָל פֶּה דֹּבֵר נְבָלָה בְּכָל זֹאת לֹא שָׁב אַפּוֹ וְעוֹד יָדוֹ נְטוּיָה", פארוואס געבט דער אייבערשטער א שטראף פאר די בחורים וואס רעדן ניבול פה אז זיי גייען זיך נישט פרייען וכו'? זאגט ער: "שֶׁהָעוֹנֶשׁ מִדָּה כְּנֶגֶד מִדָּה, לְפִי שֶׁהַבַּחוּרִים מְנַבְּלִים פִּיהֶם בְּכַלָּה הַנִּכְנֶסֶת לְחוּפָּה, יָבֹא לָהֶם הָעֹנֶשׁ בְּבַחוּרִים הַמַּגִּיעִים לְפֶרֶק הַחֻפָּה שֶׁלֹא יִשְׂמְחוּ בָּהֶם", דער אייבערשטער שטראפט מדה כנגד מדה; אויב בחורים רעדן ניבול פה וכו' וועלן זיי נישט זוכה זיין זיך צו פרייען ביי זייער חופה, עיין שם.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן בקרוב דיין זיווג, און דו זאלסט זיך חבר'ן נאר מיט ערליכע חברים - וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.