תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל וויל איך זיך זייער שטארק באדאנקען פאר די געוואלדיגע ענטפער וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן אויף מיין שאלה אויב איך זאל ענדערש מתפלל זיין צו קענען געבן א גט פאר מיין ווייב, אדער אז זי זאל תשובה טון און צוריק קומען. דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן מיט א געוואלדיגע השגחה פרטית אז איך האב איר געגעבן דעם גט אין די זעלבע וואך וואס די בריוו איז געדרוקט געווארן אין "עצתו אמונה". די ענטפער פונעם ראש ישיבה שליט"א איז מיר געווען כמים קרים על נפש עיפה, איך האב נישט גענוג ווערטער זיך צו באדאנקען אויף די חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געגעבן.
יעצט האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי צו גיין פון דא און ווייטער. איך בין א בעל תשובה, 30 יאר אלט, ווי געשריבן בין איך יעצט א גרוש אן קינדער; איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס בבלי און ירושלמי, איך האב געענדיגט צענדליגע מאל משניות און תיקוני זוהר, און נאך פילע שיעורים אין אנדער חלקים פון די תורה, אלעס דורך דעם געוואלדיגן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.
איך האב ליידער נישט זוכה געווען אויפצואוואקסן מיט אן ערליכע חינוך אין מיינע יונגע יארן, און איך האב אלץ געשפירט אז דאס אפעקטירט מיר שטארק אין לעבן, און דעריבער טראכט איך אז אפשר איז כדאי אז איך זאל יעצט אריינגיין אין א ישיבה פאר בעלי תשובה פאר א שטיק צייט כדי זיך בעסער זיך שטעלן אויף די פיס, און אפשר זיך אויסלופטערן פון אלעס וואס איך בין אריבער אין די לעצטע יאר, און אפשר וועל איך דארט אויך באקומען די כלים צו קענען פרובירן צו לערנען אויך בעיון; אדער איז מיין פליכט יעצט צו זוכן ווי שנעלער א שידוך, נאכ'ן זיך לערנען פון די טעותים פון מיין ערשטע חתונה?
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר מדריך זיין וואס צו טון.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
די ערשטע זאך דארפסטו חתונה האבן, אן א ווייב איז זייער ביטער. דער זוהר הקדוש זאגט (ויקרא ה:): "כָּל מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא", ווער עס האט נישט חתונה, "כָּל שְׁבָחָא אַעְדּוֹי מִנֵּיהּ", דער האט נישט קיין שום לויב, "וְלָאו הוּא בִּכְלָלָא דְּאָדָם", דער איז נישט גערעכנט פאר א מענטש, "וְלֹא עוֹד, אֶלָּא דְּלָאו אִיהוּ כְּדַאי לְאִתְבָּרְכָא", און ער איז נישט ווערד צו ווערן געבענטשט, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קדושין כט:): "אִם אִי אֶפְשָׁר לוֹ בְּלֹא אִשָּׁה", אויב איז אים נישט מעגליך צו זיין אן א ווייב, "יִשָּׂא אִשָּׁה", זאל ער חתונה האבן, "וְאַחַר כַּךְ יִלְמֹד תּוֹרָה", און נאכדעם זאל ער לערנען תורה; ווער רעדט נאך אז מען קען אנקומען צו די צוואנציג יאר, זאגן די הייליגע חכמים (שם): "בֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וְלֹא נָשָׂא אִשָּׁה", אויב מען איז נישט חתונה געהאט ביי די צוואנציג - "כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", וועט מען א גאנץ לעבן טראכטן שלעכטס. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שם), רב חסדא האט אויסגערומט פאר רב הונא דאס גרויסקייט פון רב המנונא, אז ער איז א גרויסער מענטש, האט רב הונא געבעטן פון רב חסדא, איך וויל אים זען; ווען ער קומט צו דיר זאלסטו אים אהער שיקן. "כִּי אָתָא, חַזְיֵּיהּ דְּלָא פָּרִיס סוּדָרָא", ווען רב המנונא איז געקומען האט רב הונא געזען אז ער האט נישט קיין טלית, האט ער אים געפרעגט: "מַאי טַעְמָא לָא פְּרִיסַת סוּדָרָא", פארוואס גייסטו נישט מיט קיין טלית? האט אים רב המנונא געענטפערט, ווייל איך האב נאכנישט חתונה געהאט, "אַהֲדְרִינְהוּ לְאַפֵּיהּ מִינֵיהּ", האט רב הונא אוועק געדרייט זיין פנים פון אים און אים געזאגט: "חָזִי דְּלָא חֲזִית לְהוּ לְאַפֵּי עַד דְנָסְבַת", דעמאלט זאלסטו נישט קומען צו מיר, ווייל איך וויל נישט זען דיין פנים ביז דו האסט חתונה.
חתונה האבן און זיך אוועק שטעלן לערנען וכו' איז נישט קיין סתירה, גיי אין א ישיבה, זוך א ישיבה וואס איז געאייגנט פאר דיר, וואו דו וועסט קענען לערנען און דאווענען, און גלייך ווען מען רעדט צו דיר א שידוך - זאלסטו דאס נישט אפזאגן מיט נארישע חכמות פון ווארטן ביז דו וועסט איך ווייס נישט וואס, נאר תיכף גיין צום שידוך, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר", ווער עס וויל דינען דעם אייבערשטן מיט א ריינקייט, מיט א הייליגקייט, "נוֹשֵׂא אִשָּׁה", זאל חתונה האבן, "וְלוֹ בָּנִים", ער זאל זיין מיט א ווייב און האבן קינדער.
גיי קיין יבנאל צו מוהרא"ש'ס ציון און זאג דארט אויס תהילים. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ, אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.