תוכן השאלה
מיין שווער און שוויגער האבן אפגעמאכט צו קומען צו אונז אין אונזער קליינע פארשטופטע באנגעלאו אויף שבת, מיט מיין מאנ'ס הסכמה.
דער פראבלעם איז אז איך בין זייער זייער נישט באקוועם מיט די גאנצע זאך, איך פיל ווי סיי מיין שווער און סיי מיין שוויגער וועלן זיין אין מיין נאז א גאנץ שבת און זונטאג, עס נעמט אוועק מיין גאנצע פריוואטקייט, איך גיי דארפן שלאפן אין די קאך מיט א פורהאנג, איך וועל זיך נישט קענען דרייען באקוועמעהייט אין מיינע אייגענע ד' אמות, איך גיי שפירן ווי א פרעמדער גאסט אין מיין אייגענע שטוב, איך גיי זיין ווי א שטיקל מיסט, בלויז ווייל מיין מאן וויל געבן פאר זיינע עלטערן א שבת וואקאציע.
בין איך מחויב נאכאלץ צו מסכים זיין צו דעם, נאר ווייל מיין מאן וויל אזוי? ווען זיינע עלטערן זענען נעבן מיר, בין איך שוין גארנישט ווערד; איך בין א מענטש וואס דארף מיין רואיגקייט, מיין "ספעיס", און דא זאל איך זיך אריינלייגן אין א מצב ווי איך שפיר ווי איך האב נישט קיין לופט צו אטעמען? איך בין נישט באקוועם מיט זיי בכלל, און א קליינע באנגעלאו נאך אויך, וואס דארף איך טון? איך מעג אראפשטעלן קלאר אז איך בין נישט מסכים? איז עס גערעכט? איך טראכט אז מיין מאן קען מיך בכלל נישט פארשטיין. איך בין צעמישט אויב איך דארף זיך מוסר נפש זיין פאר דעם.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איר זענט נישט מחויב דאס צו טון, איר דארפט דאס נישט טון; די שאלה איז, וואס וועט זיין אין אפאר יאר ארום ווען איר וועט זיין די אלטע באבע און אייער מאן - דער זיידע, און איר וועט זוכן זומער א פלאץ וואו צו זיין; איר וועט זיך זיכער מחי' זיין אויב אייער קינד וועט זיך צאמקוועטשן פאר א שבת, אייך ארייננעמען און אייך מאכן באקוועם.
על פי הלכה קענט איר זאגן: "מיר האבן נישט קיין פלאץ", "עס האט נישט קיין פשט צו שלאפן אין קאך מיט א פירהאנג וכו' וכו'", אבער וואס טוט מען נישט פאר עלטערן... דאס לעבן איז דאך נאר אינטערעסאנט אז מען קען מחי' זיין די עלטערן; אפגערעדט אז דאס איז די גרעסטע חינוך, מען ווייזט פאר די קינדער ווי אזוי מען איז מכבד עלטערן, דאן וואקסן די קינדער אויף אזוי הייליג און אזוי געזונט; זיי וועלן אייך אויך מכבד זיין.
איך בין אזוי אויפגעוואקסן אלע מיינע יארן. מיינע עלטערן האבן אריינגענומען מיין באבע, מרת רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, זי פלעגט איינשטיין א האלבע זומער ביי מיינע עלטערן; מיינע עלטערן האבן נישט געהאט א פלאץ, זיי האבן געהאט א פשוט'ע באנגעלאו, זיי האבן אוועקגעגעבן זייער שלאף שטוב פאר איר, און זיי האבן זיך אריינגעקוועטשט אינאיינעם מיט די קינדער. עס זענען געווען צוויי שלאף שטובער, די בעסטע שטוב האט מען איר געגעבן, און מיין טאטע שליט"א און מאמע תחי' האבן זיך אריינגעקוועטשט מיט די קינדער אין די צווייטע שטוב. עס איז געווען אזוי פרייליך אין שטוב, מען האט געשפירט די שכינה אין שטוב; עס איז אונז קינדער ניטאמאל איינגעפאלן אז דאס איז עפעס א זאך וואס אנדערע טוען נישט, מיר האבן געמיינט אז אלע טוען אזוי, מיר האבן געמיינט אז ביי אלע משפחות זענען די עלטערן דער עיקר פון די לעבן.
די שאלה איז, פארוואס דארף דאס זיין מסירות נפש? פארוואס זאל מען דאס נישט וועלן טון מיט שמחה?! עס וואלט ווען געדארפט זיין די גרעסטע שמחה אז די עלטערן קומען.
בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן די מצוה פון כיבוד אב ואם, איר זאלט לעבן מיט די מצוה - וועט איר זיך בכלל נישט דארפן מוסר נפש זיין, איר וועט הנאה האבן פון מכבד זיין די עלטערן, איר וועט האבן א זיסע לעבן.