שאלה אין קורצן ענין
#4 - וואס איז וויכטיגער, נעמען געסט אדער מחנך זיין די קינדער?
חינוך הילדים, הכנסת אורחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אז מיין טאטע האט אלעמאל געהאט געסט ביי די שבת'דיגע סעודות, ער איז געווען זייער שטארק אין הכנסת אורחים, און איך פרוביר דאס אויך נאכצומאכן בעזר ה', און איך ווייס אז דאס איז זייער א שיינע זאך, אבער פון די אנדערע זייט זע איך אז ווען איך האב נישט קיין געסט דעמאלט זיץ איך נאר מיט מיינע קינדער, איך הער זיי אויס און איך זינג מיט זיי און איך פארברענג נאר מיט זיי, ווידער ווען ס'איז דא געסט ווערט די אויפמערקזאמקייט פארקירעוועט צו די געסט, און די קינדער לויפן ארויס שפילן.


וויל איך וויסן וואס איז ענדערש, די מצוה פון הכנסת אורחים, אדער ענדערש זיך מער אפצוגעבן מיט די קינדער?


יישר כח פאר אלע הערליכע שיעורים און חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכז.): "גְדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִים מִקַּבָּלַת פְּנֵי הַשְּׁכִינָה"; די מצוה פון נעמען געסט איז גרעסער פון קבלת פני השכינה; ווייל מיט דעם איז מען גורם אז נאך א איד זאל זיך אומקערן צו מקבל זיין פני השכינה. ווען מען נעמט א גאסט און מען רעדט מיט אים דיבורי התחזקות וועט נאך א איד זוכה זיין צו קבלת פני השכינה.


הכנסת אורחים איז נישט קיין סתירה מיט חינוך הבנים; פארקערט, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכָּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים", דורך די מצוה פון הכנסת אורחים איז מען זוכה צו קינדער; ווען קינדער זעען ווי דער טאטע נעמט אריין געסט און געבט זיך אפ מיט זיי, גייט אריין אין זיי א ווארעמקייט צו טון מצות און צו עוסק זיין אין גמילת חסדים, אזוי ארום ווען זיי וועלן גרויס ווערן וועלן זיי אויך עוסק זיין אין העלפן א צווייטן.


עס דארף נישט גיין אויף זייער חשבון; נעם דיינע קינדער (די קלענערע) נעבן דיר און די געסט זאלסטו זעצן נאך די קינדער. גיי איבער מיט זיי די סדרה וכו', דערצייל זיי א שיינע מעשה וכו' און זינג מיט זיי זמירות. דאס אז קינדער לויפן ארויס שפילן האט נישט צוטון מיט די זאך פון געסט, דאס איז די נאטור פון קינדער; זיי עסן אפ און לויפן שפילן, די ארבעט פון די עלטערן איז צו וויסן ווען זיי צוריק צו רופן און וויפיל זיי זאלן זיצן ביים טיש, יעדער איינער לויט זיין עלטער.


זוכה זיין צו גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן; מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.


 

#3 - בין איך מחויב אריינצונעמען מיין שווער און שוויגער אויף שבת?
כיבוד אב ואם, הכנסת אורחים, שווער און שוויגער, משפחה, עלטערע יארן, זומער

תוכן השאלה‎

מיין שווער און שוויגער האבן אפגעמאכט צו קומען צו אונז אין אונזער קליינע פארשטופטע באנגעלאו אויף שבת, מיט מיין מאנ'ס הסכמה.


דער פראבלעם איז אז איך בין זייער זייער נישט באקוועם מיט די גאנצע זאך, איך פיל ווי סיי מיין שווער און סיי מיין שוויגער וועלן זיין אין מיין נאז א גאנץ שבת און זונטאג, עס נעמט אוועק מיין גאנצע פריוואטקייט, איך גיי דארפן שלאפן אין די קאך מיט א פורהאנג, איך וועל זיך נישט קענען דרייען באקוועמעהייט אין מיינע אייגענע ד' אמות, איך גיי שפירן ווי א פרעמדער גאסט אין מיין אייגענע שטוב, איך גיי זיין ווי א שטיקל מיסט, בלויז ווייל מיין מאן וויל געבן פאר זיינע עלטערן א שבת וואקאציע.


בין איך מחויב נאכאלץ צו מסכים זיין צו דעם, נאר ווייל מיין מאן וויל אזוי? ווען זיינע עלטערן זענען נעבן מיר, בין איך שוין גארנישט ווערד; איך בין א מענטש וואס דארף מיין רואיגקייט, מיין "ספעיס", און דא זאל איך זיך אריינלייגן אין א מצב ווי איך שפיר ווי איך האב נישט קיין לופט צו אטעמען? איך בין נישט באקוועם מיט זיי בכלל, און א קליינע באנגעלאו נאך אויך, וואס דארף איך טון? איך מעג אראפשטעלן קלאר אז איך בין נישט מסכים? איז עס גערעכט? איך טראכט אז מיין מאן קען מיך בכלל נישט פארשטיין. איך בין צעמישט אויב איך דארף זיך מוסר נפש זיין פאר דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט נישט מחויב דאס צו טון, איר דארפט דאס נישט טון; די שאלה איז, וואס וועט זיין אין אפאר יאר ארום ווען איר וועט זיין די אלטע באבע און אייער מאן - דער זיידע, און איר וועט זוכן זומער א פלאץ וואו צו זיין; איר וועט זיך זיכער מחי' זיין אויב אייער קינד וועט זיך צאמקוועטשן פאר א שבת, אייך ארייננעמען און אייך מאכן באקוועם.


על פי הלכה קענט איר זאגן: "מיר האבן נישט קיין פלאץ", "עס האט נישט קיין פשט צו שלאפן אין קאך מיט א פירהאנג וכו' וכו'", אבער וואס טוט מען נישט פאר עלטערן... דאס לעבן איז דאך נאר אינטערעסאנט אז מען קען מחי' זיין די עלטערן; אפגערעדט אז דאס איז די גרעסטע חינוך, מען ווייזט פאר די קינדער ווי אזוי מען איז מכבד עלטערן, דאן וואקסן די קינדער אויף אזוי הייליג און אזוי געזונט; זיי וועלן אייך אויך מכבד זיין.


איך בין אזוי אויפגעוואקסן אלע מיינע יארן. מיינע עלטערן האבן אריינגענומען מיין באבע, מרת רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, זי פלעגט איינשטיין א האלבע זומער ביי מיינע עלטערן; מיינע עלטערן האבן נישט געהאט א פלאץ, זיי האבן געהאט א פשוט'ע באנגעלאו, זיי האבן אוועקגעגעבן זייער שלאף שטוב פאר איר, און זיי האבן זיך אריינגעקוועטשט אינאיינעם מיט די קינדער. עס זענען געווען צוויי שלאף שטובער, די בעסטע שטוב האט מען איר געגעבן, און מיין טאטע שליט"א און מאמע תחי' האבן זיך אריינגעקוועטשט מיט די קינדער אין די צווייטע שטוב. עס איז געווען אזוי פרייליך אין שטוב, מען האט געשפירט די שכינה אין שטוב; עס איז אונז קינדער ניטאמאל איינגעפאלן אז דאס איז עפעס א זאך וואס אנדערע טוען נישט, מיר האבן געמיינט אז אלע טוען אזוי, מיר האבן געמיינט אז ביי אלע משפחות זענען די עלטערן דער עיקר פון די לעבן.


די שאלה איז, פארוואס דארף דאס זיין מסירות נפש? פארוואס זאל מען דאס נישט וועלן טון מיט שמחה?! עס וואלט ווען געדארפט זיין די גרעסטע שמחה אז די עלטערן קומען.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן די מצוה פון כיבוד אב ואם, איר זאלט לעבן מיט די מצוה - וועט איר זיך בכלל נישט דארפן מוסר נפש זיין, איר וועט הנאה האבן פון מכבד זיין די עלטערן, איר וועט האבן א זיסע לעבן.

#2 - ווי אזוי קען איך וויסן אויב די זאך וואס איך בעט, איז גוט פאר מיר?
הכנסת אורחים, תפילה והתבודדות, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, ס'געבט מיר גאר אסאך צו אין לעבן, פאר מיר און פאר די גאנצע וועלט.


איך האב געוואלט פרעגן, אויב בעט איך עפעס דעם אייבערשטן, ווי אזוי קען איך וויסן אויב ס'איז גוט פאר מיר אדער נישט, אפשר בעט איך א זאך וואס דער אייבערשטער וויל נישט איך זאל עס האבן?


למשל אויב בעט איך דעם אייבערשטן אז איך דארף א סמארטפאון, אפשר וויל נישט דער אייבערשטער איך זאל עס האבן. און אפילו אויב בעט איך יא א גוטע זאך, אפשר ווייסט דער אייבערשטער אז די זאך איז נישט גוט פאר מיר. ווי אזוי קען מען וויסן די זאכן?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רט): "כִּי יָדוּעַ שֶׁיֵּשׁ לְכָל אָדָם תְּפִלּוֹת רָעוֹת", יעדער מענטש האט נישט גוטע תפילות וואס ער בעט, אזוי ווי מיר געפונען, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סג.): "גַּנָּבָא עַל מַחְתַּרְתָּא רַחֲמָנָא קַרְיָא", דער גנב איידער ער ברעכט זיך אריין בעט ער א שטילע תפילה פונעם אייבערשטן, הייליגער באשעפער, העלף מיר די גניבה זאל זיך גוט אויסארבעטן, קיינער זאל מיך נישט כאפן, "נִמְצָא אַחַר כָּךְ כְּשֶׁעוֹמֵד לְהִתְפַּלֵּל תְּפִלָּה הָרָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, אֲזַי בָּא הַתְּפִלָּה רָעָה וּמְבַלְבֶלֶת אוֹתוֹ", ווען דער מענטש וויל דאווענען צום אייבערשטן, ער וויל בעטן אויף גוטע זאכן, קומען די נישט גוטע תפילות און שטערן דעם מענטש, "וְהַתִּקּוּן לָזֶה, הַכְנָסַת אוֹרֵחַ תַּלְמִיד חָכָם", די עצה אויף דעם איז אריינצונעמען תלמידי חכמים ביי זיך אין שטוב, אז מען נעמט אריין אין שטוב תלמידי חכמים דעמאלט פאררעכט מען אלעס, ווייל דער צדיק לערנט אויס וואס צו בעטן און וויאזוי צו בעטן, דער צדיק לערנט אויס וואס איז גוט, וואס איז וויכטיג.


דער עיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו א ריינע אמונה און צו לערנען און דאווענען, זיין דבוק צו די הייליגע תורה און צו ערליכע אידן, דו זאלסט זיין פרייליך; אז מען האט דאס האט מען אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - זאל מען איבערגעבן די סעודות שבת פאר די עלטערן?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, הכנסת אורחים, סיפורי צדיקים, שווער און שוויגער, שבת טיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר צו הערן יעדע שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, און זיך פירן לויט די הדרכות וואס איך הער, און דאס געבט מיר לעבן און עצות אויף טריט און שריט.


מיין שווער קומט צו מיר אויף דעם שבת, געווענליך פיר איך זיך אז ווען ער קומט צו מיר אויף שבת געב איך אים איבער צו פירן די שבת'דיגע סעודות, אבער יעצט האב איך געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מ'קען ארייננעמען געסט, אבער נאר ווי לאנג דער בעל הבית פירט די סעודה, נישט ווען די געסט נעמען איבער דעם טיש, איז מיין שאלה אויב דאס גייט אויך ביי עלטערן.


די שאלה איז אויף אלע דעטאלן, אויב זיי צו זעצן אויבן אן, זיי זאלן מאכן קידוש, און אזוי ווייטער מיט אלע כיבודים, און די וויכטיגסטע פון אלעס איז אויב זיי צו לאזן פירן די שמועסן ביים טיש. פארשטייט זיך אז איך רעד פון ערליכע וואוילע אידן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עלטערן קומען צו די קינדער אין שטוב - געבט מען זיי אלעס איבער; מען געבט זיי די גאנצע כבוד, די חשוב'סטע פלאץ, די חשוב'סטע שטוב, די חשוב'סטע בעט און אזוי ווייטער.


ביים טיש ביי די סעודות שבת זעצט מען דעם טאטן אדער שווער ביים אויבן אן, זיי מאכן צום ערשט קידוש, און ביי די משפחות וואס נאר דער ראש המשפחה מאכט קידוש געבט מען דאס איבער פאר די טאטע אדער שווער, זיי פירן די סעודה.


דאס וואס מיר האבן גערעדט אז מען זאל אכטונג געבן נישט איבערצוגעבן די סעודה פאר געסט - רעדט מען נישט פון עלטערן, מען רעדט ווען מען נעמט געסט עמי הארצים וואס מאכן פון די שבת'דיגע סעודה א מושב לצים, עס גייט אוועק די גאנצע יראת שמים - פון דעם דארף מען אכטונג געבן און זען עס זאל בלייבן א צורה פון א שבת סעודה, זינגען זמירות, רעדן שיינע זאכן מיט יראת שמים און שמחה וכו'.


מען דארף געדענקען אז די סעודות שבת איז זייער א הייליגע זאך, דער הייליגער זוהר דערציילט (יתרו, פד.): "רַבִּי אַבָּא כַּד הֲוָה יָתִיב בִּסְעוּדָתָא דְשַׁבְּתָא הֲוָה חַדֵּי בְכָל חַד וְחַד", דער הייליגער רבי אבא ווען ער פלעגט מאכן די שבת'דיגע סעודה איז ער געווען זייער פרייליך, "רַבִּי שִׁמְעוֹן כַּד הֲוָה אָתֵי לִסְעוּדָתָא", דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי ווען ער איז געקומען צו די סעודה, "הֲוָה אָמַר הָכִי", האט ער געזאגט אזוי: "אַתְקִינוּ סְעוּדָתָא דִמְהֵימְנוּתָא עִלָּאָה", לאמיר מאכן די הייליגע סעודה וואס ברענגט אמונה, "אַתְקִינוּ סְעוּדָתֵיהּ דְּמַלְכָּא", לאמיר מאכן א סעודה פאר'ן אייבערשטן, "וַהֲוָה יָתִיב וְחַדֵּי", ער איז געזיצן פרייליכערהייט ביי די סעודה; קוק אריין די שטיקל זוהר וואס מען פירט זיך צו זאגן ביי די סעודה, וואו עס ווערט דערציילט דאס גרויסקייט פון די דריי סעודות שבת, ווי אזוי די הייליגע צדיקים פלעגן עסן די שבת'דיגע סעודות; זיי זענען געזיצן ביי די סעודות מיט א מורא'דיגע פרייד, ווייל די סעודות שבת איז משפיע אמונה פאר זיך, פאר די שטוב און פאר די קינדער.


דאס וואס מיר האבן גערעדט ביים שיעור, דאס מיינט מען וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, ווען ער איז געקומען דערציילן פאר'ן רבי'ן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי אים אין שטוב דעם פארגאנגענעם שבת. רבי נתן פלעגט כסדר אהיימברענגען געסט פון בית המדרש צו קומען עסן ביי אים, ביז איין וואך האט ער געהאט א מעשה מיט זיין זון, דער זון האט נישט געוואלט מיטהאלטן די סעודה ווייל ער האט נישט געוואלט זיצן נעבן דעם גאסט וואס רבי נתן האט אהיים געברענגט, דער גאסט איז געווען א נאכגעלאזטער, עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך וכו', רבי נתן האט געגעבן א פאטש פאר זיין ער זאל פאלגן און אריינקומען צו די סעודה. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה פון רבי נתן האט ער אים געזאגט: "קודם כל וויל איך אז פון היינט און ווייטער זאלסטו אהיים ברענגען נאר געסט וואס דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי אין עבודת השם יתברך, געסט וואס וועלן אויסהערן דיינע חיזוקים", און דער רבי האט אים געזאגט נאך א ווארט: "א קינד שלאגט מען?!" פון דעם דיבור איז שוין געבליבן אנגענומען ביי אנשי שלומינו אז מען שלאגט נישט קיין קינדער.


זעט מען פון דעם אז דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין די מצוה פון הכנסת אורחים, מיר זאלן ארייננעמען געסט, אבער נאר געסט וואס וועלן אויסהערן און זיך מחי' זיין מיט די עצות און חיזוק, נישט וואס שטערן א שבת סעודה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.