שאלה אין קורצן ענין
#1 - האט דער אייבערשטער פארגעסן פון מיר?
חובות, ישועות, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, צרות, קשיות, פרנסה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם די קוראזש צו שרייבן דעם פאלגנדן בריוו, כאטש וואס איז אפשר נישט שיין און נישט אויסגעהאלטן צו זאגן וואס איך טראכט, אבער דאס איז דאך געווען די גאנצע סיבה פארוואס איך בין אנגעקומען צום ראש ישיבה שליט"א, פארוואס איך האב גענומען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר מיין מורה דרך, אז איך זאל קענען רעדן און דערציילן אפנהארציג וואס עס טוט מיר באמת וויי, וואס עס שטערט מיר אין לעבן, און אזוי וועט דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען מחזק זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. דאס איז וואס האט מיר געפעלט, און פעלט מיר נאכאלץ, איך האב נישט געהאט א טאטע אדער רב מיט וועמען איך זאל זיך קענען אפן דורכרעדן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ און יענער זאל מיר קענען העלפן, נישט אלעס פארדעקן און זיך מאכן אזוי ווי אלעס איז גוט און פיין.


און יעצט צום ענין; די חובות, ארעמקייט, נישט האבן גענוג געלט און פרנסה, פירט מיר ממש אראפ פון זינען.


איך זע נישט אז דאס דאווענען מיט מנין אין בית המדרש זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז שחרית מנחה מעריב זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז אסאך בלעטער גמרא און אסאך פרקים משניות זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז מעביר סדרה זיין זאל מיר ברענגען פרנסה, סיי א וואך וואס איך בין יא מעביר סדרה און סיי א וואך וואס איך בין נישט מעביר סדרה האב איך סיי ווי אלץ נאר שאדנס און חובות; איך זע נישט אז זיך אנשטרענגען זיך צו היטן די אויגן, אכטונג געבן צו זיין נאר הייליג, זאל מיר ברענגען פרנסה; ארבעטן אויף קדושת הברית, ארבעטן זיך נישט אויפצורעגן, אכטונג געבן אויף מויל, זע איך נישט אז ס'זאל מיר ברענגען פרנסה; נישט אראפנעמען אדער שטיצן די בארד, זעט מיר אויך נישט אויס אז ס'זאל מיר ברענגען צינורות פון פרנסה; און רעדן שיין צו די ווייב, איר מכבד זיין, זיך אנשטרענגען איר צו מאכן פרייליך, ברענגט מיר אויך נישט קיין פרנסה און עשירות.


ביי מיר גייט עס נאר אז אדער גיי איך ארויס ארבעטן אכט ניין שעה א טאג, און דעמאלט לאז איך אינגאנצן אפ מיין עבודת ה', און אפילו דעמאלט וועל איך נישט האבן גענוג געלט פאר די טעגליכע אויסגאבן און צו צאלן חובות; אדער זאל איך ווייטער זאגן תהלים, מאכן התבודדות, לערנען שיעורים כסדרן און דאווענען די דריי תפלות ווי עס דארף צו זיין, אבער אויך בלייבן אנגעזעצט און דעפרעסט, אינגאנצן משוגע ווערן, און ווייטער אן קיין געלט אנצוגיין; א לעבן וואס איז מיר בכלל נישט ווערד.


ווען איך פאל אריין אין דעם פלאנטער פון חובות געלט און פרנסה, איז נישטא קיין שום זאך וואס קען מיר מאכן פרייליך. ווען איך טראכט נאר פון די שמחה וואס מיר ערווארטן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בשעה טובה ומצלחת, ווערט מיר נאך ביטער אויפ'ן הארץ, עס וועט מיר נאך שווערער ווערן מיט פרנסה. איך שפיר ממש ווי איך ווער משוגע, איך גיי אראפ פון זינען, און איך האב נישט קיין וועג זיך צו בארואיגן און ווערן פרייליך.


איך ווייס דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט קיין צייט צו מיר, און איך פארשטיי עס; ווי עס זעט אבער אויס האט דער אייבערשטער אויך נישט קיין צייט צו מיר כביכול, צו געבן פרנסה בריווח פאר עפעס א פארווארפענער אינגערמאן; האט דער אייבערשטער פארגעסן פון מיר?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן, מחזק זיין, און ווייזן א וועג ארויס פון מיין פלאנטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


... פארליר זיך נישט, ... בארואיג זיך; א איד טאר נישט אזוי שרייבן, חס ושלום זאגן אז מצוות און מעשים טובים ברענגען נישט קיין גוטס.


ווען א איד טוט מצוות - געבט אים דער אייבערשטער גוטס; דאווענען מיט מנין ברענגט יא פרנסה, שחרית מנחה מעריב ברענגט יא פרנסה, לערנען גמרא און משניות ברענגט יא פרנסה, מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום ברענגט יא פרנסה, נישט נאר פרנסה - נאר אלעס, מען לעבט א חיים טובים. היטן אות ברית קודש ברענגט יא פרנסה, און אויב חס ושלום מען איז פוגם בברית פארלירט מען די פרנסה. בארד און פיאות ברענגט יא פרנסה, און אויב מען שניידט די בארד און פיאות שניידט מען די פרנסה. רעדן שיין צו די ווייב ברענגט יא פרנסה, עס ברענגט עשירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא, נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ", זייט מכבד די ווייב, "כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", אזוי וועט איר רייך ווערן.


אז עס איז דיר ביטער - זאלסטו דאס נישט אנהענגען אין דיינע גוטע מעשים, ענדערש זאלסטו זאגן (תהלים כה, יח): "'רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי', הייליגער באשעפער קוק מיין פיין, קוק מיין צער, 'וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי', און זיי מיר מוחל אויף מיינע זינד"; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (אגרא דפרקא, אות קכד) ווען א מענטש גייט אריבער א צרה זאל ער זאגן די ווערטער: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי, קוּק צוּ מַיין פַּיין, מַיין פְּלָאג; אִיךְ בִּין אַזוֹי צֶעקְוֶועטְשְׁט, אִיךְ בִּין אַזוֹי אִין צַעַר, וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי אוּן פַארְגֶעבּ מִיר מַיינֶע זִינְד, אִיךְ זָאל נִישְׁט דַארְפְן אַרִיבֶּערְגֵיין אוֹיבְן אִין הִימְל פַּיין פוּן גֵיהִנוֹם".


מוהרא"ש האט אונז דערציילט א מעשה, וואס עד היום לעב איך מיט די מעשה; דאס באגלייט מיר אויף טריט און שריט, איך טראכט שטענדיג פון די מעשה.


דער הייליגער צדיק, דער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו - האט געהאט זייער א שווערע דחקות, ער האט נישט געהאט וואס צו עסן, נישט געהאט וואס צו נעמען אין מויל; בנוסף לזה האט ער געהאט א שווערע פרוי, זי האט אים געגעסן די קישקעס, זי האט אים נישט אויפגעהערט צו עסן מיט שלעכטע ווערטער; טאג און נאכט האט זי אים געזאגט שלעכטע ווערטער. איין טאג איז דער צדיק געווען אזוי צעבראכן ביי זיך, ער האט געשפירט ווי ער קען מער נישט, ער האט געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים געבן אביסל ווארעמקייט, אביסל ליבשאפט, ער קען מער נישט אזוי אנגיין איינער אליינס.


ער איז איינגעשלאפן, און ער חלומ'ט זיך ווי זיין נשמה גייט ארויף אויבן אין הימל אין די עולמות עליונים, מען פירט אים אריבער די ברענעדיגע גיהנום און ער זעט ווי די נשמות פון די רשעים פייניגן זיך, דארט הערט מען קולות, עס טוט זיך א געשריי. דער צדיק, דער הייליגער רבי זושא האט זיך זייער דערשראקן, ער האט דאס נישט געקענט צוקוקן, פלוצלונג קומט צו פליען א מלאך און זאגט אים: "זושא דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א שווערע ווייב און ארעמקייט, דאס איז שוין גענוג; פאר דיר איז אנגעגרייט א פלאץ אין גן עדן וואס (ישעיה סד, ג) 'עַיִן לֹא רָאָתָה אֱלֹקִים זוּלָתְךָ'".


ווען רבי זושא האט זיך אויפגעוועקט האט ער אנגעהויבן טאנצן, ער טראכט צו זיך: 'זאל מיין ווייב מיר געבן וויפיל בזיונות עס גייט, זאל מיר אלעס גיין שווער - פארט וויל איך זיך נישט טוישן מיט די צער פון גיהנום'.


טייערער ברודער, אז עס איז דיר ביטער שווער - זאלסטו נישט אפלאזן דיין דאווענען, לערנען און גוטע מעשים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה:) ווען א מענטש גייט אריבער שווערע ביטערע טעג און ער איז נישט מבטל תורה ותפילה - דאס איז יסורים של אהבה, דאס איז א מזבח כפרה. די הייליגע חכמים דערציילן (שם) רב הונא האט געהאט א גרויסע שאדן, עס איז אים פארדארבן געווארן פיר הונדערט פעסער וויין, זענען די הייליגע חכמים אים געגאנגען באזוכן און אים מחזק זיין, זיי האבן אים געזאגט: "לעיין מר במיליה", ער זאל תשובה טון, וועט ער צוריק רייך ווערן, האט רב הונא געפרעגט די חכמים: "מי חשידנא בעינייכו", איר זענט מיר חושד אויף נישט גוטע מעשים? האבן אים די חכמים געענטפערט: "ומי חשיד קודשא בריך הוא דעביד דינא בלא דינא", איז דען דער אייבערשטער חשוד אז ער ברענגט אויף א מענטש שלעכטס אומזיסט?


זיי ווייטער שטארק צו דאווענען מיט מנין, זיי שטארק מיט מעביר סדרה זיין און לערנען משניות, זיי ווייטער שטארק מיט שמירת הברית און געב אכטונג אויף דיין ווייב, רעד שיין צו איר - וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח.


לייג אוועק דיין שאלה און ווארט אויף די ישועה, וועסטו קענען טון וואס אברהם אבינו האט געטון ווען ער האט מגלה געווען דעם אייבערשטן, ער האט געשריגן פאר אלעמען: "נאר מיט'ן אייבערשטן האט מען פרנסה", "נאר מיט'ן אייבערשטן האט מען לעבן", און מען האט געלאכט פון אים, מען האט אים געפרעגט: "וואו איז דיין געלט...?" ער האט געדארפט בארגן פון יעדן איינעם, אבער ער איז ווייטער געבליבן ביים אייבערשטן (בראשית יח, לג): "וְאַבְרָהָם שָׁב לִמְקֹמוֹ", אברהם אבינו איז נישט אוועק פון אייבערשטן.


נאכדעם שטייט (בראשית יג, ג): "וַיֵּלֶךְ לְמַסָּעָיו", זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה מא, ג): "הָלַךְ לִפְרֹעַ הַקָּפוֹתָיו", ער איז געגאנגען באצאלן יעדן איינעם; זאגט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו (חתם סופר על התורה פרשת לך לך, דבור המתחיל וילך) חז"ל זאגן אונז דא, אז נישט נאר ער איז געגאנגען באצאלן זיינע חובות, נאר וואו אברהם אבינו איז געווען האט ער צו יעדן איינעם גערעדט פונעם אייבערשטן און ווער עס דינט דעם אייבערשטן האט געלט, אלע האבן געלאכט פון אים: "וואו איז דיין געלט? וואס רעדסטו אין די לופט וכו'?!" אויפ'ן וועג אהיים האט ער יעדן איינעם געוויזן זיין רייכטום, האבן אלע געזען אז נאר ווער עס דינט דעם אייבערשטן האט א לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.