תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב לעצטנס אנגעהויבן גיין מיט א טיכל אנשטאט די שייטל מיט וואס איך בין געגאנגען ביז יעצט, פארשטייט זיך מיט רשות און מיט די הסכמה פון מיין מאן.
למעשה בין איך אבער צעמישט אויב איך האב ריכטיג געטון, ווייל איך האב נאנטע משפחה וואס זאגן אז איך האב עס נישט געטארט טון, זיי טענה'ן אז א צניעות'דיגע שייטל איז מער אויסגעהאלטן ווי א טיכל, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל נאר טון דעם רצון ה', און יעצט בין איך מסופק צי דער אייבערשטער איז טאקע צופרידן פון דעם שריט.
איך בין זיך זייער מחזק יעדע וואך מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן חיזוק אויף דעם.
אויך מאכן מיר ברוך ה' חאלאקע דעם ל"ג בעומר, און איך וויל וויסן אויב ס'איז עפעס אויף וואס מ'דארף פון יעצט מער מקפיד זיין ווען דאס קינד איז שוין דריי יאר אלט.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אז איר ווילט אויסטון די שייטל און אנטון א טיכל און אייער מאן איז מסכים צו דעם, זאלט איר דאס אוודאי טון.
עס איז נישט וואר וואס אייער משפחה זאגט; אודאי איז א טיכל מער צניעות'דיג פון א שייטל. די גאנצע זאך וואס מען האט מתיר געווען א שייטל איז נאר ווייל מען וויל די פרויען זאלן זיך נישט שעמען זיך צו צודעקן דעם קאפ, א פרוי טאר נישט גיין אויפגעדעקט די אייגענע האר; פאר די פרויען וואס שעמען זיך צוצודעקן דעם קאפ אז זיי זאלן נישט נכשל ווערן - פאר זיי האט מען מתיר געווען צו גיין א שייטל, אבער א טיכל איז זיכער מער מעלה אין צניעות.
קיינער פון די משפחה קען זיך נישט אריינמישן אין אייער לעבן; אז איר מיט אייער מאן ווילן ביידע טון די גוטע זאך - זאלט איר דאס טון.
בנוגע אייער קינד וואס ווערט דריי יאר; פון היינט און ווייטער זאלט איר זען ער זאל שטענדיג גיין צוגעדעקט דעם קאפ, אפילו ביים שלאפן; א קאפל איז מסוגל אויף יראת שמים. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קנו:), די שטערן זעער האבן געזאגט פאר די מאמע פון רבי נחמן בר יצחק אז זי גייט האבן א קינד א גנב, האט די מאמע געמאכט א קאפל, זי האט דאס אנגעטון דעם קינד און אים אנגעזאגט ער זאל אלץ גיין מיט דעם, און ער איז געווארן א גרויסער צדיק, איינמאל איז אים די קאפל אראפגעפאלן, איז ער גלייך געלאפן גנב'ענען; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון גיין צוגעדעקט דעם קאפ.
אויך זאלט איר אכטונג געבן ער זאל גיין מיט ציצית און שלאפן מיט ציצית.
ועל כולם זאלט איר דאווענען צום אייבערשטן יעדן טאג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן ערליכע אידן, צדיקים. מוהרא"ש ברענגט זייער אסאך מאל די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵך בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש. און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.