תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, איך האב געהערט אסאך פון אייך איבער דעם ענין פון "התבודדות", אז נאר דאס איז די עצה ארויסצוקריכן פון אלע פראבלעמען, איך האב אבער א פראבלעם אז איך ווייס נישט ווי אזוי דאס צו טון, איך האב געליינט אין א ספר דער גאנצער סדר פון התבודדות, קודם דאנקען, נאכדעם א תפלה אויף התבודדות, תפלה אויף אלע אידישע קינדער, חשבון הנפש, און עת רצון; און דאס פארשווערט מיר זייער דאס מאכן התבודדות, ווייל איך קען נישט טון דעם גאנצן סדר, איך שפיר אז התבודדות איז פשוט רעדן צום אייבערשטן פון הארץ ארויס.
ווי איך וויסן אויב דאס ווערט אויך גערעכנט פאר התבודדות, ווען מ'רעדט זיך פשוט אויס צום אייבערשטן די אייגענע געפילן, אדער נאר ווען מ'טוט דעם גאנצן סדר אזוי ווי איך האב געליינט אין יענעם ספר.
איך שפיר אז דער סדר האלט מיר צוריק פון קענען תשובה טון אויף מיינע שלעכטע מעשים.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איר זאלט רעדן צום אייבערשטן ווי אזוי איר ווילט; קוקט נישט אויף א צווייטן, נאר רעדט צו אים אזוי ווי איר וואלט זיך אויסגערעדט צו א גוטע חבר'טע, קוקט נישט אויף קיינעם און הערט נישט צו קיינעם, רעדט צום אייבערשטן ווי עס שיינט אייך. די גאנצע זאך פון התבודדות איז אז דער מענטש ווערט באהאפטן מיטן אייבערשטן, ער שמועסט מיטן אייבערשטן אזוי ווי ער וואלט זיך אויסגעשמועסט מיט א נאנטע חבר.
ווען ר' נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף ר' נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט ר' נתנ'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס אויסדערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.
ר' נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס אויסדערציילן".
ווען א מענטש הייבט אן פאלגן דעם רבי'ן, יעדן טאג רעדט ער זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער דאנקט אים אויף אלעס וואס ער האט, ער בעט אים אויף אלעס וואס ער דארף און ער דערציילט אים אלעס וואס באדערט אים, און אויב מען איז אראפגעפאלן און געטון שלעכטע מעשים דערציילט מען עס פארן אייבערשטן, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין - אזא מענטש לעבט שוין דא בזה העולם אין "גן עדן", אזא מענטש לעבט א חיים טובים, ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט טשעפען און קיינער קען אים גארנישט שלעכטס טון.
איך שיק אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן:
"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר! איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי דיפרעסט, העלף מיר אייבערשטער איך זאל ארויס גיין פון מיין דיפרעשן, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין פרייליך. איך האב נישט קיין כח מער צו גארנישט, איך וויל זיין געזונט און שטארק, געב מיר פרישע כוחות איך זאל קענען אנגיין אין לעבן.
רבונו של עולם! זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע נישט גוטע מעשים וואס איך האב געטון, איך זאג דיר צו אז איך גיי זיין וואויל, איך גיי מער נישט טון קיין עבירות, איך גיי מער נישט קוקן קיין שמוץ, איך האב חרטה אויף אלע שלעכטע מעשים וואס איך האב געטון, איך בין אזוי צעבראכן; קוק צו מיין צער און פיין, זאל דאס זיין א כפרה אויף אלע מיינע מעשים".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זיין געזונט און שטארק.