תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
דעם שבת האב איך געענדיגט די פיר און פערציג'סטע מאל תהילים.
קומענדיגע וואך ווער איך בת מצוה, איך וויל פרעגן וואס איך זאל זיך פארנעמען, און וואס מען טוט ביי די טאג וואס מען ווערט בת מצוה?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהלים און אז איר האט שוין געזאגט פיר און פערציג מאל ספר תהלים; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עג), דורך תהלים ווערט אלעס פארראכטן, און מען באקומט א בענקעניש צום אייבערשטן, מען וויל נאר זיין גוט.
ביי אונז מאכט מען נישט קיין סעודה ביים יום הולדת, און אויך נישט ווען מען ווערט בת מצוה; מוהרא"ש זאגט, די איינציגסטע מאל וואס מען געפינט אין די תורה וועגן א יום הולדת איז ביי פרעה, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מ, כ): "יוֹם הֻלֶּדֶת אֶת פַּרְעֹה". מען מאכט נישט קיין עסק פון יום הולדת; אינעם געבורטס טאג דאנקט מען דעם אייבערשטן אז מען האט נאך א יאר די מעגליכקייט אים צו דינען, און מען נעמט זיך פאר גוטע קבלות.
מען פירט זיך אין די טאג וואס מען ווערט בת מצוה, אז די מאמע באקט חלות און מען איז מכבד די טאכטער וואס ווערט יענעם טאג מחיוב מיט מצוות - זאל אפשיידן חלה; די מאמע לערנט אויס די טאכטער די מצוה פון חלה, און ווי אזוי מען זאגט די תפילה וכו'.
נעמט זיך פאר לכבוד אייער בת מצוה איר זאלט זיך נישט ארומדרייען אין שטוב - אפילו פריוואט - אן קיין שטרומפ, נאר ביים שלאפן שלאפט מען אן שטרומפ; צניעות איז די שענסטע זאך וואס אידישע טעכטער האבן, און בזכות צניעות איז מען זוכה צו געראטעוועט ווערן - סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט - פון אלע שלעכטס.
געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.