תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א מיידל, און איך האב באקומען פון איינעם א קארטל מיט די נומער פון "קול ברסלב", און זייט דעמאלט האט מיין לעבן זיך געטוישט צום גוטן, איך הער אויס אלע דרשות און חיזוק, און דאס האט מיר געגעבן א נייעם בליק אויף לעבן, און איך פרוביר צו גיין אין די וועגן. איך בין א ספרד'ישע מיידל, און איך נעם די דיבורים מיט א געוואלדיגע תמימות ופשיטות, און איך פרוביר אלעס מקיים צו זיין.
אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן הדרכה וואס ברסלב מיינט פאר א מיידל, וואס זענען די הנהגות פון ברסלב פאר א מיידל.
אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך פון כיבוד אב ואם, און איך פרוביר דאס טאקע מקיים צו זיין אויף ווי ווייט מעגליך, אבער ליידער זענען מיינע עלטערן זייער כעס'יגע מענטשן, יעדע קלייניקייט רעגט זיי זייער אויף, זיי קענען אסאך מאל שלאגן מיט גרויס רציחה, ספעציעל מיין יונגערע שוועסטער, און איך האב זייער מורא וואס וועט זיין ווען איך וועל אי"ה טרעפן מיין באשערטן שידוך, און איך וועל חתונה אי"ה, ווי אזוי וועל איך קענען פירן א נארמאלע שטוב, אין די צייט וואס איך האב נישט געזען א גוטע ביישפיל פון א נארמאלע שטוב אין מיינע יונגע יארן.
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן און ווייזן דעם ריכטיגן וועג.
א גרויסן יישר כח נאכאמאל.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך וועל אייך שרייבן אין קורצן וואס 'ברסלב' מיינט פאר א מיידל.
א – 'שמחה'; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק וואס קומען אויפן מענטש איז נאר ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך.
ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", ווען א מענטש איז זוכה און ער איז פרייליך קען ער צוקומען צו די גרעסטע מדריגות. אזוי אויך, ווען מען איז פרייליך גייט מען ארויס פון אלע צרות און פון אלעם שלעכט'ס, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", דורך שמחה גייט מען ארויס פון אלע פראבלעמען.
דער יצר הרע וויל נאר אז א מענטש זאל ווערן מרה שחורה'דיג און אריין פאלן אין א טיפע דעפרעסיע, דאס איז זיין גאנצע ציל וואס ער וויל עררייכן ווען ער ווארפט אראפ א מענטש אין עבירות - אים אריין ווארפן אין א קטנות הדעת, אין עצבות ומרה שחורה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "עַצְבוּת הִיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך שׂוֹנֵא אוֹתָהּ", ווען א מענטש איז דעפרעסט איז ער אין די הענט פון די נישט גוטע, דער אייבערשטער האט פיינט ווען מען איז דעפרעסט; דעריבער דארף מען פאלגן דעם רבי'ן און זיך פרייליך מאכן מיט יעדע נקודה וואס מען האט.
ב – 'התבודדות'; דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג ווי אזוי מיר זאלן קענען נאנט ווערן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל"; אמאל האט מען געדארפט טון שווערע עבודות צו קענען דינען דעם אייבערשטן, מען האט געדארפט פאסטן און זיך מסגף זיין וכו' וכו' ביז מען האט זוכה געווען זיך אויפצוהייבן אביסל פון די וועלט און ווערן נענטער צום אייבערשטן. ביז דער רבי איז געקומען און אונז געגעבן די גרינגע וועג פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ מיטן אייבערשטן אויף די שפראך וואס ער איז באקוועם צו רעדן, כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטע חבר. אים אלעס דערציילן, אלע זאכן וואס מען טוט, און אלע מעשים און מחשבות אין וואס דער יצר הרע ווארפט אים אראפ. דאס ברענגט דעם מענטש ער זאל ווערן זייער נאנט צום אייבערשטן.
אז איר וועט זיין שטארק מיט די צוויי זאכן - שמחה והתבודדות - וועט איר זוכה זיין צו האבן א שיינע לעבן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מח): די וועלט איז ווי א שמאלע בריק, "וְהַכְּלָל וְהָעִקָּר הוּא לֹא לְהִתְפַּחֵד", דער עיקר איז מען זאל נישט מורא האבן; מוהרא"ש זאגט, ווען מען גייט אויף א שמאלע בריק דארף מען האבן א צוים פון ביידע זייטן, וואס זענען די צוויי צוימען וואס מען דארף האבן דורך צו גיין די וועלט בשלום? איינס 'שמחה' און איינס 'התבודדות'; אז מען האט די צוויי זאכן קען מען אריבער גיין דעם שמאלסט'ן בריק אן קיין שום פחד.
בנוגע אייערע עלטערן, אז זיי שרייען און שלאגן וכו'; זאלט איר נוצן די צוויי אויבנדערמאנטע עצות. בעט'ס דעם אייבערשטן ער זאל העלפן אייערע עלטערן זיי זאלן נישט שרייען אויף אייך, בעט'ס אים ער זאל אייך העלפן איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך ווי שנעלער.
בנוגע ווי אזוי איר וועט וויסן ווי אזוי אויפצושטעלן א שיינע שטוב ווען איר האט נישט געזען א גוטע ביישפיל; זאלט איר ווייטער הערן די עצות פון רבי'ן, וועט איר שוין איינמאל וויסן ווי אזוי צו אויפשטעלן א שיינע שטוב. ווער עס נעמט דעם רבי'ן פאר זיין וועג ווייזער האט די שענסטע לעבן וואס איז שייך, אפילו ער ווייסט נישט אליינס ווי אזוי זיך צו פירן; מען דארף גארנישט וויסן, מען דארף נאר נאכגיין א צדיק וואס זאגט וואס צו טון.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.