תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איז דא עפעס ספעציעלע מנהגים אין ברסלב אין די ספירה טעג? עפעס וואס מ'טוט יא אדער מ'טוט נישט אין די טעג פון ספירה?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס עס שטייט אין שלחן ערוך - אזוי פירן זיך ברסלב'ער חסידים.
בנוסף לזה, דער הייליגער רבי נתן פלעגט זיך פירן אין די טעג פון ספירה צו זאגן צוויי מאל א טאג דעם יום תהלים, ווייל דער רבי האט אונז מגלה געווען דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", תהילים איז מסוגל צו תשובה און צו טרעפן די שער, די טיר וואו אנצוקומען, ווייל עס איז דא פופציג טויערן פאר תשובה; דאס קען מען יעצט זוכה זיין אין די ספירה טעג.
נאך א זאך וואס מוהרא"ש האט אונז אין די ספירה טעג זייער מחזק געווען, מיר זאלן זייער אכטונג געבן זיך ליב האבן איינער מיט'ן צווייטן. נישט האבן צוטון מיט מחלוקות, ווייל די תלמידי רבי עקיבא זענען נסתלק געווארן אין די ספירה טעג נאר צוליב דעם וואס זיי האבן נישט נוהג כבוד געווען זה לזה (יבמות סב:); איז יעצט א צייט דאס צו מתקן זיין, זיך ליב האבן איינער מיט'ן צווייטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.