תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק וואס איך באקום פון אייך.
אזוי ווי עס דערנענטערט זיך שוין דער יום טוב פורים, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שרייבן אביסל מנהגים ווי אזוי זיך צו פירן אום פורים?
אויך האב איך געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך גיי ארום הפצה, צו מפיץ זיין די קונטרסים, וויל איך וויסן אויב איך זאל קודם בעטן צדקה און נאכדעם געבן א קונטרס, אדער זאל איך קודם געבן דעם קונטרס און נאכדעם בעטן צדקה?
יישר כח.
שמואל
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד שמואל נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מעודד, משמח און מחזק אז מיר זאלן נישט קוקן אויף דעם וואס דער יצר הרע ווארפט אונז אראפ וכו' און מיר זאלן נישט אויפגעבן חס ושלום, נאר שטענדיג אנהייבן פונדאסניי.
יעצט קומט דער הייליגער יום טוב פורים ווען מען גייט זוכה זיין צו הערן די מגילה; מען זאגט נאך פון צדיקים אז בשעת קריאת מגילה עפענען זיך אויף אלע הימלען און מען קען זוכה זיין צו גרויסע ישועות. ווייל יעדעס מאל עס שטייט אין די מגילה דאס ווארט 'המלך' סתם איז דאס מרמז אויפן מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, וועלן מיר טאקע זוכה זיין צו (אסתר ב, ג): "וְיַפְקֵד הַמֶּלֶךְ פְּקִידִים בְּכָל מְדִינוֹת מַלְכוּתוֹ", דער אייבערשטער וועט אונז פוקד זיין מיט אלע ערליי ישועות ברוחניות ובגשמיות. בשעת'ן ליינען די מגילה איז זייער מסוגל צו פועל'ן שידוכים, פרנסה, קינדער וכו', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ד:): "עֵינֵיהֶם שֶׁל עֲנִיִּים נְשׂוּאוֹת בְּמִקְרָא מְגִילָה", די אויגן פון די אידן, וואס מיר זענען אזוי צעבראכן און צעריסן - יעדער איינער איז א עני אויף זיין אופן – קוקן ארויס און מיר ווארטן אלע צו הערן די מגילה צו געהאלפן ווערן דערביי מיט אלע ישועות.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה וואס דער ספינקא'ער רבי דער בעל אמרי יוסף זכותו יגן עלינו פלעגט דערציילן יעדעס יאר פסח ביים צווייטן סדר נאכט. עס איז געווען א איד וואס איז געזיצן די צווייטע נאכט פסח נאכן סדר און געטראכט צו זיך: 'איך האב שוין געענדיגט דעם צווייטן סדר, די גאנצע הגדה און אויך שיר השירים, וואס נאך קען איך זאגן עפעס לויב און דאנק פארן אייבערשטן?' איז אים בייגעפאלן, אז אזוי ווי דער נס פורים ווען מען האט אויפגעהאנגען המן הרשע איז דאך געווען דעם צווייטן טאג פסח, וועט ער יעצט ליינען די מגילה לכבוד דעם גרויסן נס.
אזוי האט ער געטון, ער האט געליינט די מגילה; ווען דער איד האט געענדיגט ליינען די מגילה האט ער דערזען פאר זיך שטיין א נשמה פון יענע וועלט, האט דער איד געפרעגט די נשמה: "וואס ווילסטו פון מיר און וואסערע שייכות האסטו מיט מיר אז דו קומסט צו מיר?" האט די נשמה אנגעפאנגען צו דערציילן וואס טוט זיך אויבן אין הימל. אז עס זענען דא נשמות אויבן אין הימל וואס זענען שוין אריבער דעם גיהנום און זיי זענען נאך אלץ נישט זוכה אריין צו קומען אין גן עדן ביז זיי וועלן האבן א ספעציעלער זכות. און יעדעס יאר ווען מען ליינט די מגילה עפענט מען אויף די טירן פון גן עדן, דעמאלט איז א צייט וואס אלע נשמות קענען אריינגיין אין גן עדן. אפאר חדשים פאר פורים קומען צו גיין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער נשמות ביים טיר פון גן עדן ווייל זיי ווילן שוין זוכה זיין צו קענען אריינגיין אין גן עדן, אבער וויבאלד עס נעמט נישט מער ווי אפאר שעה ווי לאנג מען ליינט די מגילה, איז נישט דא גענוג צייט אז אלע נשמות זאלן קענען אנקומען אין גן עדן, דארפן זיי ווארטן אויפן קומענדיגע יאר ווען מען ליינט די מגילה.
זאגט די נשמה ווייטער: "איך פרוביר שוין אפאר יאר זיך צו שטעלן ביים טיר פון גן עדן כדי צו קענען אריינגיין, אבער אלעמאל פארמאכט זיך די טיר פונקט פאר איך גיי אריין; די יאר האב איך זיך שוין כמעט אריינגעכאפט, אבער ממש פאר מיר האט זיך די טיר פארמאכט! האב איך זיך בארעכענט אז איך גיי נישט אוועק פון דא ביזן קומענדיגן יאר, זאל זיין וואס זאל זיין. אזוי ווי איך שטיי דא און ווארט אויף קומענדיגער יאר פורים, הער איך פלוצלינג ווי איינער ליינט די מגילה, האב איך אנגעפאנגען צו קלאפן אויפן טיר פון גן עדן אז מען זאל מיר עפענען די טיר, איז געקומען דער מלאך וואס איז ממונה צו זיין דער שומר הפתח און מיך געפרעגט פארוואס איך קלאפ, האב איך געזאגט: 'וואס הייסט, איך הער ווי מען ליינט די מגילה און איך וויל אריינגיין אין גן עדן', האט מיר דער מלאך געזאגט: 'אמת טאקע אז איינער ליינט די מגילה, אבער יעצט איז פסח ביינאכט, יעצט איז נישט די צייט אריין צו גיין אין גן עדן, דו דארפסט ווארטן אויפן קומענדיגער יאר פורים', איך האב מיך אבער נישט געלאזט און צוריק גע'טענה'ט: 'וואס איז א נפקא מינה צי עס איז פסח צו פורים? וויבאלד מען ליינט די מגילה דארף מען מיר אריין לאזן!' איך האב געשריגן און גע'טענה'ט ביז מען איז געקומען פון בית דין של מעלה זען וואס די קולות זענען, נאכן אויסהערן ביידע צדדים האט בית דין של מעלה געזאגט אזוי: 'יעצט איז טאקע נישט די צייט ווען מען קען אריינלאזן אין גן עדן, אבער אויב דו וועסט גיין צו דער איד וואס ליינט די מגילה און ער וועט פסק'נען אז מען דארף דיר אריין לאזן אין גן עדן, וועט מען דיר אריינלאזן'".
האט די נשמה געבעטן דעם איד: "איך בעט אייך, געבט מיר רשות אריין צו גיין אין גן עדן איך זאל שוין מתוקן ווערן". האט דער איד געזאגט: "איך נעם אויף מיר דעם תפקיד דיר צו מתקן זיין און גיי זאג פארן בית דין של מעלה אז מען זאל דיר אריין לאזן אין גן עדן".
עד כאן המעשה וואס דער בעל אמרי יוסף זכותו יגן עלינו פלעגט דערציילן יעדעס יאר פסח; די וואס האבן געהערט די מעשה האבן שוין אליינס פארשטאנען אז די מעשה האט פאסירט מיט אים אליינס.
זעט מען פון די מעשה - האט מוהרא"ש אויסגעפירט, אז בשעת מען ליינט די מגילה קען מען זוכה זיין אריין צו גיין אין גן עדן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט) אז דער גן עדן איז אויף דער וועלט; ווען א מענטש איז זוכה צו לעבן מיט אמונה, ער לעבט מיטן אייבערשטן, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דאס איז גן עדן. צו דעם איז מען זוכה ווען מען ליינט די מגילה.
אין די מגילה זעט מען אן אינטערעסאנטע זאך. המן האט דאך געהאט אלעס אויף דער וועלט; כבוד, געלט, הייזער און קינדער, אחשורוש האט אים גרויס געמאכט און אים געשטעלט אלץ שר אויף אלע זיינע מדינות, פארוואס איז אים אנגעגאנגען אז מרדכי בוקט זיך נישט פאר אים?! המן האט געזאגט (אסתר ה, יג): "וְכָל זֶה אֵינֶנּוּ שֹׁוֶה לִי בְּכָל עֵת אֲשֶׁר אֲנִי רֹאֶה אֶת מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי יוֹשֵׁב בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ", עס איז מיר גארנישט ווערט מיין גאנצע רייכטום ווען איך זע מרדכי זיצן ביים טויער פון קעניג; וואס האט אים אזוי געארט? וואס האסטו מיט מרדכי? דער גאנצער לאנד געבט דיר אפ כבוד, וואס ווערסטו אזוי אויסער זיך וכו'?! נאר וואס דען, המן דאס איז דער יצר הרע, ער ווערט רייך פון עבירות וואס ער איז מכשיל אידישע קינדער, ער וויל נאר אז דער איד זאל זיך מייאש זיין און מער נישט קומען צום אייבערשטן, מען זאל אפלאזן די הייליגע תורה. אבער ווען ער זעט ווי דער איד מאכט זיך נישט וויסענדיג, נאר ער גייט ווייטער אן; דער איד קומט ווייטער אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב און כאפט אריין אביסל לערנען, בפרט א בלאט גמרא; ער זעט דעם איד "יוֹשֵׁב בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ" ער קומט ווייטער צוריק אין שול, דאן ווערט ער ווילד און שרייט: "וְכָל זֶה אֵינֶנּוּ שֹׁוֶה לִי!" עס איז אים גארנישט ווערד די אלע עבירות וואס ער איז מכשיל אידישע קינדער, ווייל ער איז מכשיל א מענטש - אין וואס ער איז אים מכשיל - נאר ווייל ער וויל ער זאל אויפגעבן און ווען ער זעט אז מרדכי, דער איד, געבט נישט אויף און בוקט זיך נישט פאר אים, האט ער גארנישט דערפון.
דאס דארפן מיר מיטנעמען פונעם יום טוב פורים; מיר דארפן שרייען (אסתר ג, ב): "וּמָרְדֳּכַי לֹא יִכְרַע וְלֹא יִשְׁתַּחֲוֶה"; איך גיי זיך נישט אונטערגעבן פאר המן הרשע און איך גיי נישט אויפגעבן! איך גיי ווייטער קומען אין שול דריי מאל א טאג, אפילו איך זע אויס ווי איך זע אויס. איך געב זיך נישט אונטער פארן יצר הרע, זאל זיין וואס זאל זיין; מענטשן לאזן אפ תורה ותפילה נאר ווייל דער יצר הרע ברענגט אריין אין זיי א שולד געפיל, ער מאכט זיי שטענדיג טראכטן פונעם עבר.
בנוגע ווי אזוי צו גיין הפצה וכו'; עס איז נישט קיין נפקא מינה צי דו בעטסט קודם צדקה צי דו געבסט קודם א ספר. ווי אזוי עס איז דיר מער באקוועם אזוי זאלסטו טון.
איין זאך בעט איך דיר און איך בעט עס פון אלע וואס גייען הפצה: "שטופ נישט קיין ספרים פאר איינער וואס דארף עס נישט און זיכער נישט סתם לייגן אין שול'ן וכו'", וואס דאס ברענגט נאר א זלזול אויפן רבי'ן און מיר ליידן שוין גענוג וכו'. אז דו גייסט "הפצה" דארף מען בעטן צדקה; עס איז נישט דא אזא זאך ווי געבן ספרים בחנם און זיכער נישט לייגן אין שול'ן אדער ביי הייזער בחנם, אדער געבן פאר א קינד ביים טיר און אוועק לויפן ווען דו ווייסט נישט צי די עלטערן ווילן א ספר.
אויב דו גייסט הפצה און איינער איז דיר מבזה, זאלסטו גארנישט ענטפערן; דריי זיך ארויס פון אים און גיי ווייטער. אז דו גייסט הפצה און איינער לאכט פון דיר, דו גיי ווייטער; שטעל דיר פאר אז א מענטש הערט די נייעס אז זיינע נומערן זענען די געווינער נומערן פון די לאטערי, ער ווערט געוואר אז ער איז געווארן א מיליאנער איבער נאכט; אזא מענטש האט נישט קיין צייט זיך אנצוטון געהעריג, ער כאפט זיינע קליידער, ער טוט עס אן פארקערט וכו' און לויפט אפנעמען זיין געלט... אויפן וועג טרעפן אים מענטשן, מען זעט ווי ער גייט אנגעטון מיט אן איבערגעדרייטע רעקל, מיט א צעקוועטשטע הוט וכו'; מען הייבט אן לאכן פון אים. וואס טראכט דער מענטש? אים גייט אן ווי אזוי מען קוקט אויף אים? ער גייט יעצט אפנעמען זיין געלט, ער ווערט א מיליאנער, עס אינטערעסירט אים בכלל נישט צי מען לאכט צי מען וויינט.
אזוי זאלסטו טראכטן ווען דו גייסט הפצה; קוק אויף דיר, ווער האט דיר געברענגט צום רבי'ן? ווער האט דיר געגעבן לעבן? נאר די ספרים וואס א מפיץ האט דיר געגעבן ווען ער האט דיר געטראפן ווי דו ביסט געלעגן אין דיין מרה שחורה און דיר דורכדעם געראטעוועט וכו'. און אפילו די וואס זענען געבוירן געווארן ביי ברסלב'ער עלטערן; ווי אזוי איז דיין טאטע געווארן א ברסלב'ער? ווי אזוי איז דיין ראש ישיבה אנגעקומען צום רבי'ן? נאר דורך הפצה!
בעסער איז ווען מען זאגט: "דא האט איר א שיינע מתנה". און ווען יענער נעמט די מתנה בעט מען: "איר האט עפעס פאר צדקה?" און אויב יענער וויל נישט נעמען דעם ספר פרעגט מען: "איר האט עפעס פאר צדקה?" אבער אז דיר איז גרינגער צו בעטן קודם צדקה, טו ווי אזוי עס איז דיר גרינגער.
דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן ווייטער קענען האבן די זכיה צו העלפן א צווייטן איד און מיר זאלן האבן א חלק אין די גאולה שלימה. מאך דיר א חשבון, אז משיח קומט היינט און וועט דיר פרעגן: "וואס האסטו היינט געטון אז איך זאל קענען קומען?" ווי גרויס וועט זיין די בושה ווען מען וועט אים נישט האבן וואס צו ענטפערן. אבער אז מען גייט פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר אידישע קינדער וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען. מיר וועלן אים זאגן: "משיח, איך בין היינט ארום געגאנגען אין שולן און אין הייזער מיט ספרים וואס זענען מחזק אויף אמונה פשוטה"; "משיח, איך האב היינט מפיץ געווען קונטרסים פאר בחורים. אז נאך א בחור זאל אנטון תפילין, נאך א בחור זאל וויסן אז ער האט נאך א וועג צוריק צום אייבערשטן"; "משיח , היינט האב איך געגעבן סידיס וואס ענטהאלט ניגונים פון אמונה, אז נאך א איד זאל וויסן אז עס איז נישט עק וועלט ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל".
שטארק דיר און זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, וועסטו זוכה זיין צו אלע גוטע זאכן.
א פרייליכן פורים און א שמחת תמיד.