תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים וואס איר געבט כסדר, דאס געבט מיר ממש לעבן, און ווייזט מיר א וועג ווי אזוי זיך צו פירן.
איך בין א מיידל פון 18 יאר, און איך גיי אין די צוועלפטע קלאס, און ביי אונזער סקול איז אנגענומען אז אין די צוועלפטע קלאס האט מען שוין אן אייגענעם טעלעפאן, אבער מיין מאמע וויל זייער נישט אז איך זאל האבן א טעלעפאן.
די סיבה דערצו איז ווייל מיין עלטערע שוועסטער האט זיך געקויפט א סמארטפאון גלייך נאך איר חתונה, און זי האט מורא אז איך וועל עס אויך טון. איך האב איר פרובירט מסביר צו זיין אז איך בין נישט אזוי ווי מיין שוועסטער, איך דארף נישט קיין סמארטפאון נאר א פשוטע טעלעפאן, זי זאגט אבער אז אזוי הויבט יעדער אן.
פון איין זייט פארשטיי איך איר, ווייל איך האב עטליכע געשוויסטער וואס פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, און זי וויל נישט איך זאל גיין אין זייערע וועגן, און זי טענה'ט אז ס'איז מיר נישט וויכטיג צו האבן א טעלעפאן, פון די אנדערע זייט שפיר איך אבער אז ס'איז מיר יא וויכטיג, נאכדערצו אז איך בין די איינציגסטע מיידל פון מיין קלאס וואס האט נישט קיין טעלעפאן. האט איר אפשר אן עצה פאר מיר?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אייער מאמע איז גערעכט, איר דארפט נישט קיין טעלעפאן, איר וועט גארנישט פארדינען מיט'ן טעלעפאן; ווען איר האט איבעריגע צייט זאלט איר העלפן אייער מאמע מיט די שטוב ארבעט, און אז עס איז אייך נאך אלץ געבליבן צייט זאלט איר זאגן תהילים; בעטס זיך אויס ביים אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכער חתן און צוזאמען אויפשטעלן שיינע דורות. יעצט איז די צייט צו מתפלל זיין אויף דעם, ווען מען איז נאך א מיידל דארף מען שוין טראכטן פון תכלית, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע דורות.
חבר'טעס איז נישט א זאך וואס זעטיגט דעם מענטש, חבר'טעס מאכט נישט באמת פרייליך דעם מענטש; געבטס עפעס פאר אייער נשמה, קאפיטלעך תהילים טרינקט אן די נשמה, עס מאכט פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם וואס טרינקט יעדן טאג אפאר קאפיטלעך תהילים"; אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא, די הייליגע חכמים פרעגן (ברכות ז:): פארוואס ווערט רות אנגערופן מיטן נאמען רות? "שֶׁזָּכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָּהּ דָּוִד שֶׁרִיוָּהוּ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּשִׁירוֹת וְתִשְׁבָּחוֹת", 'רות' איז א לשון פון טרינקען, פון איר איז ארויסגעקומען דוד המלך וואס האט אנגעטרינקען דעם אייבערשטן כביכול מיט'ן ספר תהילים, מיט שירות ותשבחות; דעריבער ווען מען זאגט תהלים איז דאס אזוי ווי א טרינק פאר די נשמה.
אייער מאמע ווארט צו זען אביסל נחת, האטס רחמנות אויף איר; איר קענט זיך נישט פארשטעלן די צער וואס עלטערן האבן ווען די קינדער פירן זיך נישט מיט יראת שמים, עס איז נישט דא נאך אזא צער ווי די צער. אז אייערע שוועסטערס מאכן נישט קיין נחת פאר אייער מאמע בעט איך אייך זייער פאלגט אייער מאמע; אז זי וויל נישט איר זאלט האבן א טעלעפאן זאלט איר דאס נישט האבן, דורכדעם וועט איר אנפילן די לעכער פון איר הארץ און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו א גוט לעבן.
חבר'טעס איז א דמיון; די אלע וואס לעבן פאר חבר'טעס, זיי פאלגן נישט די עלטערן צוליב חבר'טעס - די זענען א גרויסע רחמנות. עס קומט א צייט וואס מען הייבט אן פארשטיין וואס א מאמע איז, מען הייבט אן האבן שולד געפילן אויף די אלע יארן וואס מען האט פארברענגט מיט חבר'טעס און זיי נאכגעגאנגען אנשטאט די מאמע.
אז איר וועט אננעמען דעם בריוו וועט אייך גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.