תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב אייך געשריבן א שאלה איבער דעם וואס איך זע נישט קיין וועג בדרך הטבע אז איך נאך א כלה ווערן, נאכדעם וואס איך האב נאך עטליכע געשוויסטער העכער מיר. יישר כח פאר די ענטפער וואס איך האב באקומען מיט די עצות און חיזוק.
למעשה זענען אבער דא טעג וואס איך שפיר זיך ממש פארלוירן און איך בין זייער דעפרעסט. איך שפיר אז קיינער פארשטייט מיר נישט, און איך האב קיינעם נישט אין מיין לעבן. איך ווייס נישט פארוואס איך שטיי אויף אינדערפרי, און איך בין ממש אינגאנצן פארלוירן. איך קוק אן די וועלט אלס גאר א שלעכטע און טונקעלע פלאץ, איך שפיר אז דער אייבערשטער האט מיר איבערגעלאזט און ער דארף מיר מער נישט האבן.
אין אזא צייט, ווען איך וויל רעדן צום אייבערשטן, קען איך ממש נישט רעדן קיין ווארט צו אים. ווי אזוי קען איך זיך האלטן שטארק און נישט ווערן צעבראכן פון די אלע שוועריקייטן וואס איך גיי אריבער?
איך האף איר וועט מיר קענען מחזק זיין. א גרויסן יישר כח.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן
... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וויסן זאלט איר אז פון הימל פרובירט מען אויס יעדן איינציגסטן מענטש מיט שווערע נסיונות; עס איז נישט דא קיינער אויף דער וועלט וואס זאל נישט אריבער גיין שווערע ביטערע נסיונות - אלעס ווייל מען וויל זען פון הימל צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן ווען ער האט זיין צרה, אויב מען וועט אויפגעבן אדער מען וועט זיך ווענדען צום אייבערשטן.
דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא"? ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג, "וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא" ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון ביטער – זיס; "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר וכו'?" ווער ווארט יעדן טאג אז עס זאל ליכטיג ווערן - דער וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה און ער מאכט פון זיין ביטערע לעבן א זיס לעבן און פון זיין טונקלקייט - ליכטיג, ווייל ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער און אין דער ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק און ער איז זוכה צו עולם הבא.
פרובירט מיט אלע אייערע כוחות זיך צו שטארקן אין די הייליגע אמונה; אמת, עס איז אייך זייער שווער, איר ווילט חתונה האבן אבער איר האט נאך פאר זיך עטליכע געשוויסטער וואס דאס מאכט אייך זייער צעבראכן, אבער מיט דעם אלעם דארפט איר קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך. דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי מען זעט ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי - רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".
אזוי זאלט איר טון; איר זאלט אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, און ווי מער איר וועט אים דאנקען אויף אלע גוטע זאכן וואס ער טוט מיט אייך וועט אייך גרינגער ווערן אויפן הארצן און עס וועט אייך בעסער ווערן. און איינמאל אייער הארץ וועט זיין אפן וועט איר שוין קענען גוט וויינען צום אייבערשטן.
דער הייליגער רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות כלאי בהמה, הלכה ד, אות ו): מיר געפונען ביי דוד המלך אז ווען זיין זון אבשלום האט אים געוואלט הרג'נען האט ער געזינגען דעם קאפיטל (תהלים ג): "מִזְמוֹר לְדָוִד: בְּבָרְחוֹ, מִפְּנֵי אַבְשָׁלוֹם בְּנוֹ", און גלייך נאכדעם הייבט ער אן שרייען און וויינען: "ה', מָה-רַבּוּ צָרָי", באשעפער, איך האב אזויפיל צרות, "רַבִּים קָמִים עָלָי", אסאך מענטשן ווילן מיר שלעכטס טון, "רַבִּים אֹמְרִים לְנַפְשִׁי: אֵין יְשׁוּעָתָה לּוֹ בֵאלֹקִים סֶלָה", אלע זאגן מיר אז איך האב שוין נישט קיין שום תקנה; לכאורה איז דאס זייער אינטערעסאנט - אנהייבן הייבט זיך עס אן מיט א געזאנג און גלייך נאכדעם הייבט ער אן וויינען? נאר די הסבר איז אז ווען א מענטש גייט אריבער א צרה איז ער אין א גרויסע סכנה, ווייל חוץ פון די צרה אין וואס ער געפונט זיך קומט נאך צו שלעכטע מחשבות. ער הייבט אן טראכטן אז דער אייבערשטער דארף אים נישט און אז דער אייבערשטער הערט אים נישט אויס חס ושלום, דאס מאכט אז ער זאל נישט קענען רעדן צום אייבערשטן, - אזוי ווי איר שרייבט אינעם בריוו: "איך קען ממש נישט רעדן קיין ווארט צו אים"; - דאס אלעס איז דוד המלך אריבער געגאנגען ווען ער האט געהאט די ביטערע צרות, דערפאר האט ער אנגעהויבן צו זינגען צום אייבערשטן דורכדעם וואס ער האט געטראפן אינעם צרה אפילו א פינטעלע גוטס, און גלייך נאכדעם ווען ער האט אנגעהויבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אים, האט זיך אים זיין הארץ געעפנט און ער האט געקענט אנגעהויבן צו בעטן; אזוי איז געבויט רוב ספר תהילים, עס הייבט זיך אן מיט א געזאנג און גלייך נאכדעם א געבעט.
אזוי זאלט איר אויך טון, הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן; אִיךְ בִּין גֶעזוּנְט אוּן אִיךְ הָאבּ אַלֶעס גוּטְס. אַזוֹיפִיל מֶענְטְשְׁן זֶענֶען נֶעבֶּעךְ נִישְׁט גֶעזוּנְט אוּן לִיגְן אִין שְׁפִּיטָאל הַשֵּׁם יִשְׁמְרֵנּוּ, אוּן מִיר הָאסְטוּ גֶעגֶעבְּן אַ גֶעזוּנְטֶע לֶעבְּן.
הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ בֶּעט דִיר הֶעלְף מִיר! אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אִיךְ וִויל שׁוֹין אוֹיפְשְׁטֶעלְן מַיין אֵייגֶענֶע שְׁטוּבּ; אִיךְ וַוארְט שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אוֹיף מַיין זִיווּג. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אוּן מַיינֶע גֶעשְׁוִויסְטֶער אַז מִיר זָאלְן אַלֶע טְרֶעפְן בְּקָרוֹב שִׁידוּכִים; אִיךְ פַארְלָאז מִיר נָאר אוֹיף דִיר!"; אזוי זאלט איר שטענדיג טון, קודם דאנקען בפרטיות פאר אלעס וואס דער אייבערשטער גיבט אייך און נאכדעם זאלט איר בעטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן אייער זיווג הגון בקרוב.