תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
וואס קען איך טון? איך בין א בחור, און איך בין דורכגעפאלן און געקוקט טריפה'נע זאכן אין די אינטערנעט, כ'האב געזען אויסגעלאסענע און עקלדיגע ווידיאס. די אלע שלעכטע זאכן וואס איך האב געקוקט שטערט מיר זייער אינמיטן דאווענען און אינמיטן לערנען.
איך קען צו קיינעם נישט רעדן און פרעגן אן עצה, ווייל איך הייס אן עובד ה' ביי מיינע חברים און מגידי שיעורים, און אויב וועל איך זיי פרעגן, וועל איך פארלירן מיין גוטן נאמען און מ'גייט שרייען אויף מיר שגץ.
ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון די שלעכטע זאכן? און ווי אזוי נעם איך ארויס פון מיין קאפ די שלעכטע מחשבות?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אודאי קענסטו נישט דאווענען און דו קענסט מער נישט לערנען; אז מען קוקט עבירות רחמנא לצלן קען מען נישט דאווענען און לערנען, מען פארלירט דעם טעם פון דאווענען. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", - דער קען נישט דאווענען, עס קומט אריין אין מחשבה אלע שלעכטע זאכן וואס מען האט געקוקט, עס האלט אין איין מבלבל זיין די אלע בילדער, מאוויס און קליפס רחמנא לצלן, "וְאֵין יָכוֹל לִטְעֹם מְתִיקוּת בַּתְּפִילָּה, אֶלָּא כְּשֶׁתִּקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", מען קען נישט שפירן א זיסקייט אין דאווענען נאר ווען מען פאררעכט, מען טוט תשובה.
איך האב זייער רחמנות אויף דיר אז דו ביסט אריינגעפאלן אין קוקן עבירות. בעפאר דו האסט געקוקט די אלע זאכן איז דיר געווען גוט, האסט געהאט א טעם אין לעבן, ווייל דער וואס היט די אויגן און קוקט נישט קיין עבירות - האט זייער א שיינע לעבן, מען איז ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, אבער חס ושלום, אויב מען איז מפקר די אויגן, מען קוקט עבירות - דעמאלט טוט זיך אפ די שכינה פונעם מענטש, אזוי ווי די תורה זאגט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: "איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך נישט פירן הייליג וועל איך אוועקגיין פון אייך".
בנוגע די אלטע זאכן וואס דו האסט שוין געקוקט, דו ווילסט אן עצה ווי אזוי דאס ארויסצונעמען פון קאפ; נעם די עצה וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן. רבי נתן איז אמאל אריינגעקומען צום רבי'ן, דער רבי איז געלעגן אין בעט און זיך אנגערופן: "דער עיקר איז, מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי"; דאס הייסט, אפילו א מענטש איז אראפגעפאלן אין שאול תחתית זאל ער זיך נישט מייאש זיין, ער זאל טון וואס יונה הנביא האט געטון ווען ער איז אנטלאפן פון ארץ ישראל, ער האט נישט געוואלט טון וואס דער אייבערשטער האט אים געהייסן און צום סוף האט מען אים אריינגעווארפן אין ים און א פיש האט אים איינגעשלינגען, ווי אזוי האט ער זיך אן עצה געגעבן? ער האט דארט געשריגן צום אייבערשטן (יונה ב, ג): "מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי".
איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:
"הייליגער באשעפער העלף מיר, איך בין אריינגעפאלן אין א טיפע בלאטע, איך האב געקוקט עבירות, אויסגעלאסענע בילדער, עקלדיגע קליפס און פארדארבענע מאוויס; זייט איך האב דאס געקוקט קען איך מער נישט דאווענען און לערנען, עס איז ממש מקוים געווארן ביי מיר די קללה פון די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", איך בין ממש משוגע, איך קען מער נישט טראכטן, איך טראכט נאר פון שמוץ.
הייליגער באשעפער העלף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון; איך האב זיך אזוי באנארישט, איך האב דיר נישט געפאלגט, איך בין נאכגעגאנגען דעם יצר הרע, איך האב געקוקט אזעלכע זאכן אז עס איז ביי מיר מקוים געווארן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): "אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת", א מענטש זינדיגט נישט נאר אויב עס איז אין אים אריין א רוח שטות; איך בין אנגעפילט מיט רוח שטות, איך בין איין שטיק רוח שטות; מיין גאנצע מח מחשבה איז פון די עקלדיגע זאכן, איך שפיר ווי איך בין נישט בעל הבית אויף מיר, איך בין פארשקלאפט פאר מיינע בלאטעס.
איך האב נישט צו וועם צו רעדן; איך קען זיך נישט דורכרעדן מיט קיינעם ווייל אלע מיינען אז איך בין אן עובד השם, אלע מיינען אז איך בין אן אפגעהיטענער בחור, אלע זאגן אויף מיר שיינע זאכן, אבער איך ווייס דעם ריינעם אמת ווער איך בין, איך בין אזוי פארשמירט, איך בין אזוי שמוציג.
אנא השם! איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל צוריק באקומען מיין מח, איך זאל קענען דאווענען און לערנען; איך זאל שוין איינמאל פאר אלע מאל אפלאזן אלע נארישקייטן. איך ווייס נישט וואס צו טון, דער יצר הרע ווארפט מיר כסדר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; אָנָּא ה' הוֹשִׁיעָה נָא, אָנָּא ה' הַצְלִיחָה נָא".
אויך זאלסטו לערנען אסאך פרקים משניות; לכתחילה זאלסטו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, ווייל דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
דאס גייט ארויף אויף לימוד משניות; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות. אפילו איינער וואס איז נעבעך אריינגעפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויסנעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.