שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טוט מען אז די כלה וויל זיך נישט אפשערן?
חתונה, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, סקול, שערן די האר, כלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאכטער איז א כלה ברוך ה', און זי וויינט אז זי וויל זיך נישט אפשערן די האר נאך די חתונה.


ביי אונז האט מען געוואוסט אז דאס איז גאר הארב, ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש, אבער זי טענה'ט אז דער עיקר איז נאר אז די האר זאל זיך נישט ארויסזען, און אויך אז עס זענען דא אסאך פרויען וואס שערן זיך נישט, אריינגערעכנט פון אירע חבר'טעס, כאטש וואס זיי זענען אלע ערליכע אידן.


וואס טוט מען דא? ווי אזוי קען איך מחזק זיין מיין טאכטער אז זי זאל זיך יא אפשערן די הארט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד מען דערמאנט זיך די לעצטע מינוט ווען די טאכטער איז שוין א כלה צו רעדן צו איר פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה, דאס וואלט מען שוין געדארף ווען מען איז נאך יונג, סייי אין סקול און סיי אין שטוב; דער טאטע ביים שבת טיש דארף געדענקען צו שמועסן מיט די קינדער פון דאס גרויסקייט פון גיין אין די וועג פון צדיקים, זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים ווי זיי האבן צוגעזאגט ישועות פאר פרויען וואס האבן נישט געהאט קינדער, און רפואות פאר פרויען וואס זענען געווען קראנק - אז זיי וועלן זיך פארנעמען אפצושניידן די האר אזוי ווי די הייליגע צדיקים האבן געזאגט.


ביי אונז אין שטוב האבן מיר געהערט פון די עלטערן אלס קינד אן א שיעור מאל די מעשה פון דער הייליגער דברי חיים זכותו יגן עלינו וואס האט גע'חלש'ט ווען ער האט געהערט אז זיין טאכטער האט זיך נישט אפגעשוירן איר האר נאך איר חתונה; וויפיל מען האט אים פרובירט צו דערוועקן האט ער זיך נישט דערוועקט, האט מען אים געזאגט אז זי גייט זיך אפשערן נאכדעם וואס זי פארט צו א צווייטע לאנד, ווייל דארט וואו זיי האבן געוואוינט האט מען נישט געטארט חתונה האבן, האבן זיי געטראכט אז מען וועט מאכן די חתונה שטילערהייט און די כלה וועט זיך נישט אפשערן איר האר ביז זי פארט אוועק צו א צווייטע לאנד, אבער דער צאנזער רב האט זיך פון דעם אויך נישט דערוועקט.


למעשה ווען די כלה האט געזען ווי איר טאטע דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו דערוועקט זיך נישט איז זי אריין אין א צימער און זיך אליין אפגעשוירן איר האר, זי האט גענומען איר האר און דאס אריינגעלייגט אין איר טאטע'ס הענט און געזאגט: "טאטע, איך האב מיך אפגעשוירן", הערנדיג דאס האט ער זיך גלייך אויפגעוועקט און צוריק געקומען צום באוואוסטזיין; ווייל די צדיקים האבן געזען וואס פאר א צרות דאס ברענגט אויפן מענטש, איז פון גרויס שרעק האט ער גע'חלש'ט.


דערצייל איר די מעשה אז איידער די דייטשע רוצחים זענען אריינגעקומען אין אונגארן אין אוהעל האט דער אוהעלער רב צאמגענומען אלע פרויען און זיי געזאגט: "טייערע אידישע פרויען, ווי עס זעט אויס ביז א טאג קומען די דייטשע וועלף אונז אלע הרג'ענען, איך זאג ענק צו, אלע פרויען וואס וועלן זיך אפשערן נאך היינט נאכט ביי די רעבעצין וועלן בלייבן לעבן און איבערלאזן דורות, און אז נישט - וויל איך נישט זאגן וואס וועט זיין", און די תמימות'דיגע פרויען זענען אלע געקומען צו לויפן צו די רעבעצין, און די אלע זענען געראטעוועט געווארן און איבערגעלעבט די קריג.


עס איז דא אסאך צו דערציילן פון דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר נאך די חתונה, א שאד אז מען לערנט נישט אין סקול'ס מיט די מיידלעך די זאכן, א שאד מען האט פארגעסן פארוואס מען האט בכלל געעפנט מיידל סקולס, ברוך השם ביי אונז אין בית פיגא איז דאס פון די חשוב'סטע לימודים, די לערערינס רעדן צו די קינדער פון פאלגן צדיקים, זיך אפשערן די האר, אויך איז דא הערליכע ניגונים וואס מען זינגט מיט די מיידלעך אין סקולס פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן די האר. ביי אונז איז פארקערט, מיר האבן קינדער וואס די מאמעס שערן זיך נישט און די מיידלעך רעדן מיט די טיטשערס און מיט די מנהלת וואס זיי קענען טון אז זייער מאמע זאגט זיי אז זיי מוזן גיין מיט די מסורה, בלייבן מיט די האר נאך די חתונה, אבער די מיידלעך האבן געהערט אזויפיל הייליגע דרשות פון פאלגן די זוהר וואס זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; זאגט ווייטער דער הייליגער זוהר: 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


יעצט ווען מען האט זיך דערמאנט שפעט, איז נאר דא איין זאך, רעדן פון די שיינקייט און גרויסקייט פון דעם.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.