תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל זיך זייער באדאנקען אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געמאכט ליכטיג מיין לעבן, מיר געגעבן גאר אסאך עצות און ווארעמקייט.
ביטע ליינען מיינע שורות וואס דריקן אויף מיין הארץ און מח, איך שפיר ווי מיין אטעם איז שווער און מיין מח איז נישט בסדר, איך שפיר ווי עס שווינדלט מיר מיין מח, עס איז מיר זייער נישט גוט. פארוואס? ווייל איינער פון מיינע קינדער איז ברוך ה' זייער איידל און ערליך, אבער יעדעס מאל מען טיילט אים איין אנדערש ווי אזוי ער וויל, פאלט ער אריין אין א שרעקליכע כעס, חוצפה און צעדרייטקייט.
עטליכע וואכן צוריק אום שבת איז ער אריינגעפאלן אין א שטארקע כעס, ער איז אריינגעקומען צו די סעודה און צוגעגאנגען צוםדי זאלץ מעסטל, עס איבערגעדרייט, און אויסגעגאסן א קאפ גרעיפ דזשוס, און חוזק געמאכט אין פארנט פון אלע מיינע קינדער פון יעדעס ווארט וואס איך האב געזאגט.
אן אנדערע וואך שבת האט ער אויסגעלאשן די לעקטער פון קאך מחמת כעס, און מיך אויסגעפייניגט, מיך געשטופט, און ווען מיין ווייב האט אים געזאגט אז ער טאר נישט גיין צום מלוה מלכה אין בית המדרש ביי אונזער שול, האט ער זיך אויפגעפירט און גערעדט מיט חוצפה, און זונטאג צופרי האט ער נישט געוואלט ארויסקומען פון בעט, ער האט זיך גע'חוצפה'ט, ווען עס איז שוין געווארן 12:20 נאכמיטאג און איך האב געזען אז גארנישט רוקט זיך, האב איך אים ארויסגענומען פון בעט, האט ער אנגעהויבן שרייען: "איך בין שטערקער פון דיר, איך ווארן דיך", און ער האט מיר אויסגעבויגן מיין הענט.
איך בין זייער פארביטערט און דערשראקן, אויסער זיין אייגענע אויפפירונג, שטערט עס אויך די גאנצע משפחה, יעדער כאפט פון אים. איך ציטער איך זאל נישט קראנק ווערן, אדער כאפן א נערווען בראך.
זייט אנהויב זומער האלט איך זיך צוריק פון שרייבן, ווייל דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין עצתו אמונה אז ער איז נישט אין אפיס. יעצט קען איך אבער מער נישט, איך בעט דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ליינען מיין בריוו.
ביטע מיר געבן אן עצה און א נחמה.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
נעם נישט צום הארצן ווען דיין זון איז זיך מתחצף פאר דיר אדער דיין ווייב; אמאל דארף מען דאס אריבער גיין וכו', מען ווייסט נישט פארוואס וכו', מען דארף האבן אסאך סבלנות נישט צו ווערן אויפגעגעסן און נישט ווערן מיואש.
ביי ענקער פאל דארפן ענק מיט דעם קינד נעמען אן אנדערע גאנג, ווייל אזוי זאגט די הייליגע תורה (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ", מען דארף אויפציען קינדער, זיי לערנען די ריכטיגע וועג אין לעבן; אבער עס מוז זיין 'על פי דרכו', יעדן קינד לויט זיין וועג, און אז ער איז אנדערש ווי דיינע קינדער - זאלסטו אים מער מכבד זיין. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווי ווייניגער שכל מען האט - דארף מען מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל די וואס האבן ווייניג שכל - דארפן מער כבוד; דאס איז די וועג פון קלוגע עלטערן, שטענדיג אויסלויבן די קינדער.
פון יעצט און ווייטער זאלסטו גיין מיט אים מער אויף א לייכטע וועג, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן צו), ווער עס האט רחמנות אויף זיינע קינדער, איז א סימן אז ער האט א הייליגע פארשטאנד; אז ער קען נישט נעמען ווען מען זאגט אים - זאלסטו אים ווייניגער זאגן, זאלסט אים געבן אסאך גוטע ווערטער אן קיין שיעור, רוף אים יעדן טאג אין קעמפ און זאג אים אז דו האסט אים זייער ליב, און פרעג אים אויב ער דארף עפעס.
והעיקר זאלסטו יעדן טאג אוועק געבן פינף מינוט צו בעטן דעם אייבערשטן פאר אים, זאלסט בעטן פאר אלע קינדער און באזונדער פאר אים; ער זאל זיין פרייליך, ער זאל וואקסן געזונט, ער זאל קענען נעמען די לעבן אפילו ווען עס גייט אנדערש ווי ער וויל וכו', ווייל דאס איז די סוד פון הצלחה מיט די קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז א איד האט געבעטן א ברכה פונעם הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן אז זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".
איך האב נישט ליב די ווערטער וואס דו שרייבסט אינעם בריוו אז דו ביסט דערביטערט וכו'; א איד טאר נישט זיין דערביטערט, א איד מעג זיין צעבראכן, אבער דערביטערט מיינט יאוש און עצבות, וואס קען חרוב מאכן דאס לעבן פונעם מענטש, דאס איז נישט וואס דער רבי לערנט אונז, דער רבי לערנט אונז אז ווען זאכן גייען נישט ווי מיר ווילן - נישט אויף צו געבן, נאר האפן, גלייבן און ווארטן אויף די ישועה.
ליין איבער דעם בריוו אסאך מאל, עס שטייען אין די בריוו אסאך שיינע עצות ווי אזוי דו זאלסט זיך קענען אומגיין מיט דיין קינד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.