תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
ש'כח אייבערשטער איך בין א מלמד, און איך האב א קינד אין קלאס, א וואוילער לעכטיגער צדיק, אבער ער איז זייער שטארק פארטראכט, עס קען זיין טאקע וואס ער קען זיצן אויף זיין פלאץ און בלייבן פארטראכט דעם גאנצן דאווענען, אן אריינקומען אפילו נאר איין מאל אינעם סידור, און די זעלבע ביים פארלערנען.
דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אויס נישט צו גיין שטארק און ווילד, נאר דערמאנען צומאל אויף אן איידעלען וועג, איך פרוביר טאקע אזוי צו טון, איך דארף אבער חיזוק אויף דעם, אסאך מאל ווער איך זייער געשטערט פון דעם, צו זען ווי א קינד קלאצט מיר אריין אין פנים, און צומאל קען איך אים יא אביסל שטערקער פארהאלטן, "וואס טראכסטו אזוי פיל?", איך וועל אבער קיינמאל זיך נישט אויסדרוקן מיט א שלעכטע לשון, "קלאצן", "חלומ'ן", וכדומה, נאר "טראכטן".
איך ווייס אז מען טאר נישט גיין אזוי שטרענג, אבער למעשה איז מיר זייער שווער.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
חס ושלום ניצן אזעלכע ווערטער אויף קינדער: דו גולם, קלאץ, חולם, עס איז אסור צו ניצן צונעמען; "המכנה שם לחבירו", אויב מען רופט א צווייטן מיט א צונאמען, אפילו א מלמד, אז מען רופט א תלמיד מיט א צונאמען, איז אזוי געפערליך - מען האט נישט קיין חלק אין עולם הבא (בבא מציעא נח:); און אפילו מען וויל אויפטון, מען וויל מחנך זיין; דאס איז נישט חינוך, דאס איז נישט אויסגעהאלטן, דאס טוט נישט אויף, דאס טוט נאר דאס פארקערטע.
עס איז א קלארע הלכה (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמה, סעיף ט), אז מען האט א תלמיד וואס פארשטייט נישט דאס לערנען - זאל מען אים נישט אוועק שיקן פון כתה, נאר לאזן זיצן מיט די אנדערע קינדער ביז ער וועט פארשטיין וואס מען לערנט, און זיכער ווען עס קומט צו דאווענען; אז א קינד דאווענט נישט מיט - טאר מען אים נישט פארשעמען, נאר לאזן זיצן דארט ביז ער וועט אנהייבן דאווענען.
דער עיקר דארף א מלמד דערציילן מעשיות פון צדיקים; אנשטאט געבן מוסר, און אנשטאט אנקוקן די קינדער ווי קלעצער און מאכן צונעמען, אפילו נאר במחשבה; טראכטן: 'דער איז א קלאץ', און 'דער איז א חולם', און 'דער איז א גולם' - דארף מען זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קלח), אז ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער געהערט אסאך מעשיות פון צדיקים, דאס איז אים אריין אין הארץ און ער האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין א צדיק, און דאס האט אים געשטופט און געגעבן כח צו דינען דעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.