תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן צוויי שאלות וועגן מיינע קינדער אין שטוב, ברוך השם זייער וואוילע לעכטיגע קינדער, אבער יעצט ווען דער צווייטער ווערט שוין גרויס, הייבט ער אן פארפירן און ווילדעווען, און ער שלעפט מיט דער גרעסערן.
איינס, וואס טו איך אז זיי הייבן אן צו שפייען און זיי לאכן? אפילו ווען איך זאג זיי צו אויפהערן, און אפילו אז איך זאג זיי שטרענג, העלפט עס נישט, זיי לאכן נאך מער און שפייען שטערקער און מיט א גרעסערע חיות, און אז איך געב זיי א פאטש העלפט עס אויך נישט, נאר אויב איך נעם יעדן איינעם באזונדער אליין דעמאלט העלפט א פאטש, איז ריכטיג זיי צו געבן א פעטשעלע פאר דעם?
צווייטנס, אסאך מאל שבת הייבן זיי אן שלעפן דעם טישטוך, און אויך דעמאלט העלפט נישט גארנישט, אינדערוואכן האבן מיר נישט קיין טישטוך ביים עסן, קען איך זיי נישט אויסלערנען אז מען קען נישט שלעפן, נאר שבת, און דעמאלט פון איין זייט וויל איך נישט מאכן שטרענגע סעודות און זיי דארפן אסאך אנשרייען, אבער פון די אנדערע זייט קערן זיי דאך איבער דעם טיש?
יישר כח אויף אלע שיעורים און בריוו, וואס העלפן און זענען מחזק.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מיט קינדער קען מען נאר מצליח זיין אז מען איז נישט אנגעצויגן, נאר מען איז רואיג און פרייליך, נאר דעמאלט זענען די אויערן אפן; די קינדער שפירן דאס, די קינדער ווייסן דאס, און נאר אז דער טאטע אדער מאמע, און אזוי אויך אין חדר און אין שולע - אז מען איז רואיג, מען איז נישט אין נערווען - דעמאלט הערן זיי וואס מען רעדט, ווידעראום אויב מען איז גערעגט וכו' - העלפט נישט זאגן, העלפט נישט שרייען און אויך נישט שלאגן, (שלאגן טאר מען נישט; דער רבי האט אונז געזאגט נישט שלאגן קיין קינדער, און עס העלפט נישט).
איך האב באקומען זייער אסאך הדרכה פון מוהרא"ש ווי אזוי צו פירן א ישיבה, א חדר, מיידל שולע; וואס מיינסטו - וואס זענען די סודות? וואס זענען די טריקס? מוהרא"ש האט מיר אלץ געזאגט: "זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער אין ישיבה, אין חדר און אין מיידל שולע, נאר אזוי וועסטו מצליח זיין", אויך האט מיר מוהרא"ש געגעבן די עצה אז יעדע מאל איידער איך געב א שיעור פאר די תלמידים זאל איך זינגען מיט זיי, אזוי וועט זיך עפענען זייער הארץ, און נאר דאס ארבעט; אז עס איז פרייליך, אזוי זענען די אויערן אפן.
בנוגע די שבת טישטוך וכו', געב זיך אן עצה עס זאל זיך נישט אראפגליטשן; אדער קענסטו לייגן קליפס ביי די זייטן, אדער קענסטו אונטער לייגן א הארטע דורכזיכטיגע פלעסטיק און אויף דעם לייגן די ווייכע דינע פלעסטיק וואס מען בייט ביי די סעודות, דאס האלט די טישטוך אין פלאץ, אזוי איז דא כמה עצות, אבער דאס אלעס ארבעט נאר אויב מען איז פרייליך, אויב מען איז מיט די נערווען - העלפט גארנישט. אך און וויי א שבת סעודה וואס גייט מיט נערווען, עס ענדיגט זיך מיט מכות, און די ענדע ענדע איז אז די קינדער גייען אוועק וכו' השם ישמרינו.
בעט דעם אייבערשטן אסאך אויף שמחה און אויף קענען האבן א וועג מיט די קינדער, צו גוטע קינדער איז מען זוכה דורך בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד", עס איז געווען א כהן, "שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר", זייער אן ערליכער איד, "וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת", ער האט געהאט צען קינדער, "שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", זעקס זין און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים", ער פלעגט יעדן טאג זיך אראפווארפן אויף דער ערד, וויינען און בעטן דעם אייבערשטן, "וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר", ער פלעגט אויפלעקן דער ערד מיט זיין צינג (דאס איז אן אויסדריק ווי איינער פארפירט און וויל עפעס פועל'ן) - "כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן און קיינער זאל נישט צוקומען צו קיין עבירות, "אָמְרוּ, לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית", און מען דערציילט אויף אים, עס איז נישט אריבער קיין סאך צייט, נאך א קורצע צייט, "עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם", האט עזרא הסופר צוריק געברענגט אלע אידן קיין ארץ ישראל און אויפגעבויט דעם בית המקדש, און דער איד איז אויך געווען פון די וואס זענען צוריק געגאנגען קיין ירושלים, "עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש, דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.