שאלה אין קורצן ענין
#7 - מוז מען סערווירן די פלייש-טעלער פרייטאג צו נאכטס?
שבת קודש, שבת טיש, שמחה, מנהגים, עסן, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שאלה איבער אן ענין פון מסורה, פרייטאג צו נאכטס ביי מיינע עלטערן און ביי מיין שווער און שוויגער איז איינגעפירט אז נאך די זופ ברענגט מען אריין א גאנצע טעלער פלייש און קוגל, און צומאל אויך פערפל. יעצט ווען איך הויב אן מאכן אליין סעודות אינדערהיים, וויל איך וויסן אויב דאס פעלט טאקע אויס, ווייל מיר זענען שוין געווענליך גענצליך זאט נאך די זופ, און עס קען אפילו זיין בל תשחית פאר די עסן, אדער איז דאס אזוי די מסורה פון די שבת סעודה און מען קען עס נישט טוישן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


       יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאכלי שבת איז זייער הייליג, עס ווערט געברענגט פון הייליגע צדיקים אז מאכלי שבת היילט. צדיקים טייטשן (זע ספר קהלת משה, א זון פון הייליגן מגיד פון קאזניץ זכותו יגן עלינו, פרשת מקץ, דבור המתחיל א"י אתה תהי' על ביתי) דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קט:): "כל האוכלין אוכל אדם לרפואה", אלע עסן מעג מען שבת עסן אפילו עס היילט, טייטשט ער, אז אלע עסן וואס מען עסט שבת - היילט דעם מענטש, און דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "אֲכִילַת שַׁבָּת הִיא כֻּלָּהּ רוּחָנִיּוּת, כֻּלּוֹ קֹדֶשׁ", שבת'דיגע עסן איז א שטיק הייליגקייט.


זיי נישט משנה פון די סדר פון די עסן וואס דיינע עלטערן עסן. עס איז דא גרויסע סודות פארוואס מיר עסן די עסן: פיש, זופ מיט לאקשן, פלייש, קוגל און פערפל. מוהרא"ש זאגט א טעם, פארוואס עסט מען פיש שבת ביי אלע דריי סעודות? ווייל שבת איז א צייט וואס מען קען ווערן זייער נאנט צום אייבערשטן און אפלאזן אלע נארישקייטן, און פיש איז די איינציגסטע בעל חי וואס האט נישט געזינדיגט ביים מבול, זיי זענען געבליבן ריין, און נאך אסאך טעמים על פי סוד פארוואס מען עסט שבת - ביי די דריי סעודות - פיש.


אויך עסט מען זופ מיט לאקשן. עס שטייט פונעם צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו (אמרי פנחס שער השבת, אות כט) לאקשן ווייזט אויף אחדות, עס ליגט איינס אין צווייטן; אז שבת איז א צייט פון ווערן איינס מיטן אייבערשטן און ווערן שלום.


פלייש. שטייט אין שלחן ערוך מען זאל עסן (אורח חיים סימן רנ, סעיף ב): "יַרְבֶּה בְּבָשָׂר וְיַיִן וּמִגְדָּנוֹת כְּפִי יְכָלְתּוֹ", מען זאל פארמערן מיט פלייש און וויין און גוטע עסן. אין רמב"ם שטייט (פרק ל' מהלכות שבת, הלכה י): "אֲכִילַת בָּשָׂר וּשְׁתִיַּת יַיִן בְּשַׁבָּת עֹנֶג הוּא לוֹ".


אויך קוגל ווערט געברענגט אין רמ"א (סימן רמב, סעיף א): "יֵשׁ שֶׁכָּתְבוּ שֶׁבְּמִקְצָת מְקוֹמוֹת נָהֲגוּ לֶאֱכֹל מֻלְיְתָא, שֶׁקּוֹרִין פשטיד"א, בְּלֵיל שַׁבָּת, זֵכֶר לַמָּן שֶׁהָיָה מְכֻסֶּה לְמַעְלָה וּלְמַטָּה", מען פירט זיך צו עסן קוגל, א זכר צו די מן וואס איז געווען צוגעדעקט פון אויבן און פון אונטן, און דער משנה ברורה ברענגט (שם, סעיף קטן ח): "ובמקומותינו המנהג לאכלן", און אזוי פירן מיר זיך.


פערפעל עסן מיר. עס שטייט פון הייליגן צדיק רבי פנחס פון קאריץ (אמרי פנחס שם, אות ל) בשם דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו א טעם פארוואס מיר עסן פערפעל, דאס קומט אונז דערמאנען וואס די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיח:) ווער עס היט שבת איז מען אים מוחל אלע עבירות, פערפעל איז פארפאלין, אלע עבירות ווערן פארפאלן.


זיי נישט משנה פון דיין טאטע'ס וועג, עס פיש, זופ, פלייש, קוגל און פערפל. עס נישט קיין סאך אנהויב סעודה, וועסטו קענען עסן אלע הייליגע עסן, ווייל מאכלי שבת איז זייער הייליג. עס שטייט פון צדיקים (בני יששכר מאמרי השבתות מאמר א, אות יב): "וראיתי לאנשי מעשה שהיו נזהרים מליתן ממאכלי שבת לגוים", איך האב געזען ביי ערליכע אידן אז זיי האבן אכטונג געגעבן נישט צו געבן פון די שבת עסן פאר גוים, ווייל דאס איז סם חיים לישראל, עס היילט אויס אידישע קינדער און פארקערט ... עיין שם.


דער עיקר זאל די סעודה זיין א פרייליכע צייט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און טייער, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", מען טאר נישט זיין טרויעריג שבת און נישט זיין פארזארגט שבת, נאר פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - פארוואס האב איך געזען ביי איינעם א פראסטע שבת טיש?
סיפורי צדיקים, שבת טיש, מדות טובות, דרשות, דן לכף זכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט קיין תלמיד הישיבה, אבער איך האב חיזוק פון די שיעורים, און איך האב אויך זייער התפעלות פון אייערע תלמידים.


איך האב אנגעהויבן שרייבן נעכטן א בריוו צום ראש ישיבה און איך האב עס נישט געענדיגט, אינצווישן האב איך געהערט א שיעור, און ס'איז מיר געווען אינטרעסאנט ווייל די שאלה איז מיר דארט פארענטפערט געווארן, עס איז מיר ממש געווען ווי א תשובה פון הימל ווייל עס איז בכלל נישט אריינגעקומען דארט.


איך האב געוואלט זיך אויסרעדן, איך בין געווען אמאל אין קרית ברסלב אויף א שבת, איך בין איינגעשטאנען ביי א משפחה, איך האב זיך אבער געפילט זייער אומבאקוועם, די גאנצע התנהגות איז געווען פראסט. איך בין אויך א פשוטער איד, איך ארבעט, איך בין נישט קיין צדיק, אבער איך האב קיינמאל פארדעם נישט געזען אז מען זעצט זיך צו א שבת סעודה אן א הוט און בעקיטשע, מען זיצט ביי א סעודה און מען זינגט נישט קיין זמירות, עס איז מיר ממש געווען א זאך וואס איך האב נישט געקענט פארשטיין.


דא זע איך אז ווען איך באגעגן תלמידים פון ישיבה, רעדן זיי איידל, זיי גריסן, זיי קומען זיך אויס אין שטוב, און איך בין זייער נתפעל געווען פון ברסלב, און דא בין איך אנגעקומען צו א שטוב אין קרית ברסלב און די גאנצע שבת זעט אויס אזוי פראסט, נאכדערצו ווען דער ראש ישיבה שליט"א אליין רעדט אסאך פון די גרויסקייט פון א שבת טיש, פון זינגען זמירות, און אזוי ווייטער.


יישר כח פאר אלעס, הצלחה מיט אייער הייליגע ארבעט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן גוטע אויגן, קוקן גוט אויף א צווייטן, זען דאס גוטס ביי אידישע קינדער און דן זיין יעדן איינעם לכף זכות. עס איז נישט קיין קונץ צו זוכן חסרונות ביי אנדערע, א קונץ איז צו זען דאס שיינקייט פון אידישע קינדער, קענען ליידן יעדן איד און יעדן איינעם ליב האבן.


די הייליגע צדיקים קוקן אויף יעדן איינעם גוט, זיי זוכן דאס גוטס אין יעדן איינעם, זיי זעען נישט דאס שלעכטס; מיר דארפן זיך אויסארבעטן צו קענען צוקומען צו דעם, נאר צו זען דאס גוטס. ביים הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו דערציילט מען, האט אמאל פאסירט, ער האט געזען ווי א איד איז פארנומען אינמיטן דאווענען מיט זיין וואגן, דער איד איז געשטאנען אינדרויסן פון שול מיט טלית און תפילין און פארראכטן די וואגן, האט דער הייליגער צדיק געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, קוק אן דעם איד, ער איז אזוי אריינגעטון אין זיין וואגן, דער וואגן איז ביי אים מער וויכטיג פון אלסדינג, דאך טוט ער אן יעדן טאג טלית און תפילין; ער טוט דיין רצון, ער טוט וואס די תורה הייסט טון"; די צדיקים זיי זעען אנדערש, זיי זעען ווי אידן זענען גוט, ווי אידן זענען וואויל; זיי זעען די טלית און תפילין. א צווייטער זעט ווי יענער דאווענט נישט, ווי יענער פאלט, אבער צדיקים זעען דאס שיינקייט פון אידישע קינדער.


ביים הייליגן רבי'ן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו איז אמאל געווען אן אינטערעסאנטע מעשה פרייטאג צו נאכטס ביים טיש, דער הייליגער רבי אלימלך גיסט אן דעם בעכער און נעמט דאס אין האנט, דער עולם ווארט דער צדיק זאל אנהייבן קידוש, אבער דער צדיק שטייט שטיל, ער עפנט נישט זיין מויל, דער עולם שטייט און וואונדערט זיך 'וואס גייט דא פאר? אפשר קומט א נייע גזירה?!' דער צדיק שטייט מיט פארמאכטע אויגן און ווארט און ווארט, ענדליך הייבט דער הייליגער רבי אלימלך אן זאגן מיט פייער די ווערטער פון קידוש: "יום השישי" וגו'.


די תלמידים זענען נייגעריג, זיי ווילן פארשטיין וואס דא גייט פאר. שפעטער האט מען געפרעגט דעם הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו וואס איז געווען די מעשה, פארוואס האט זיך דער צדיק פארזוימט? האט דער רבי אלימלך געזאגט: "פאר קידוש איז דאך א צייט פון תשובה, איך האב אנגעהויבן טראכטן ווי ווייט איך בין פונעם אייבערשטן; איך האב זיך ארום געקוקט און געזען פאר מיר צוויי מענטשן קומען אריין צום טיש, די צוויי מענטשן זענען געווען גרויסע לצים, זיי זענען געקומען מאכן ליצנות, איך האב געטראכט צו מיר 'איך בין טאקע ערגער פון אלע מענטשן דא אין בית המדרש, אבער די צוויי זענען נאך ערגער פון מיר, זיי זענען נאך מער שלעכטע מענטשן; איך האב גענומען די כוס אין די האנט און נישט געקענט מאכן קידוש, איך האב געזוכט צו טראכטן עפעס גוטס אויף זיי, איך האב אבער נישט געקענט טרעפן גוטס אין זיי, איך האב געווארט און געווארט, געטראכט און געזוכט עפעס גוטס אויף זיי; איך האב געטראכט אז אויב איך קען נישט טרעפן אין זיי גוטס קען איך נישט מאכן קידוש, בין איך פסול לעדות, ביז איך האב אריינגעטראכט אז זיי זענען נישט אזוי שלעכט, ווי נישט ווי זענען זיי געקומען צו א הייליג פלאץ, זיי וואלטן דאך געקענט זיין אין א שלעכטע פלאץ, זיי וואלטן געקענט גיין טון עבירות, יעצט זענען זיי געקומען אין א הייליג פלאץ; איך האב אנגעהויבן זען אין זיי אזא ליכטיגקייט, דעמאלט האב איך אנגעהויבן מאכן קידוש".


דאס איז די עבודה ביי צדיקים, זיי זוכן גוטס אויף אידישע קינדער; אפילו אויף לצים, נידריגע מענטשן - טראכטן זיי גוטס, כל שכן ווען מען זעט א איד עסן די שבת'דיגע סעודה, א איד וואס היט שבת - איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, טאר מען נישט זוכן דערביי שלעכטס, אויב ער גייט יא מיט א בעקיטשע אדער ער גייט נישט מיט א בעקיטשע, אויב ער זינגט יא זמירות אדער נישט.


אז מען איז פארנומען צו זוכן שלעכטס איז א סימן אז מען דארף תשובה טון, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע א חסרון ביי א צווייטן, איז דאס מיין פראבלעם; אדער האב איך נישט געהאט קיין התבודדות יענעם טאג, און אז איך האב יא געמאכט התבודדות האב איך נישט געמאכט גענוג התבודדות, ווייל ווען איך וואלט זיך גוט מתבודד געווען וואלט איך געזען נאר גוטס ביי יעדן איינעם".


איך ווייס נישט ווער דו ביסט און וואו דו ביסט איינגעשטאנען, איין זאך קען איך דיר זאגן, אז דו וועסט אנהייבן נוצן די עצה פון התבודדות וועסטו שוין נישט זען קיין שלעכטס, דו וועסט זען ווי טייער אידישע קינדער זענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#5 - ווי אזוי שטארק איך זיך אין כיבוד אב, ווען דער שבת טיש איז נישט געשמאק?
כיבוד אב ואם, שבת טיש, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען פאר די ליכטיגע שיעורים וואס זענען ממש א יחיד בדורינו מיט אזא קלארקייט פאר אונזער דור, לדעת את המעשה אשר יעשון. דער ראש ישיבה ציעט ארויס ממש מיט א צווענגל פון יעדן זיין גוטן חלק צו ווערן אן אמת'ער ערליכער איד, אזוי ווי די רבי האט געזאגט "ווי איך מיין א ערליכע איד". יעדע שיעור וואס ווערט געגעבן הערט זיך ארויס דערפון די אמת'קייט און תמימות און שטארקע מסירות נפש וואס דער ראש ישיבה האט אריינגעלייגט און לייגט אריין אין די שיעורים, עס האט ממש געעפנט מיין הארץ צום אייבערשטן מיט א שטארקע ווילן צו זיין גוט, און אויך אויף למעשה.


איך בין דער תכשיט אין מיין משפחה, יעדער קוקט מיר ארויף און מ'זאגט אז מ'זאל זיין אזוי ווי מיר, אבער למעשה גיי איך דאס יאר צום ערשטן מאל ענדיגן שנים מקרא ואחד תרגום מיט רוב רש"י, איך האב אנהויבן לערנען אסאך משניות, איך הייב אן צו וויסן "באמת" ווי אזוי די תורה זעט אויס, איך פרעג מיינע "חשובע" חברים זאכן פון חומש און זיי הייבן נישט אן צו וויסן, אזוי ווי איך האב נישט געוואוסט ביז דאס יאר.


מיין חבר איז געגאנגען נעמען חתן שיערים ביי איינער פון די גרויסע באקאנטע מדריכים, און יענער האט אים געזאגט איינמאל שטילערהייט בסוד סודות, "ווילסט וויסן ווער ס'האט די בעסטע שלום בית? ר' יואל רוטה'ס תלמידים! כ'זאג נישט אז איך האלט פון אים, אבער דער פאקט איז אז זיינע תלמידים האבן גאר גוטע שלום בית", ווען מיין חבר האט מיר דאס דערציילט האב איך געקלערט אז איך וועל אויספרובירן צו הערן די שיעורים, און ברוך ה' אז דאס האט מיר געשטעלט אויף די פיס און מיר געמאכט פאר מענטש און א איד, און איך האב עס געגעבן צו פארזוכן פאר נאך אינגעלייט.


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה קען מיר שרייבן אביסל חיזוק בענין כיבוד אב ואם, אפילו ווען ס'איז מיר גייסטיש גאר שווער, מיין טאטע שפירט פאר וויכטיג ביי יעדע סעודה שבת ויום טוב מוחה צו זיין אויף פירצות און ארויסברענגן זיינע שיטות, ובפרט ווען זיינע קאפלס קומען, עס נעמט אוועק יעדע זיסער טעם פון אידישקייט, און ס'איז זייער נישט געשמאק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די מצוה פון כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה, די הייליגע חכמים באטיטלען די מצוה (ירושלמי פאה א, א): "חמורה שבחמורות", הארבער פון דאס הארבסטע; די מצוה פון כיבוד אב ואם איז נישט נאר ווען עס איז באקוועם דעם מענטש, כיבוד אב ואם דארף מען טון אין אלע אומשטענדן, אויך ווען די עלטערן שרייען, זיי בייזערן זיך און זיי פארשעמען, אין אלע צייטן דארף מען זיי מכבד זיין.


וואס גייט דיר אן אז דיין טאטע איז מוחה וכו'? פארוואס זאלסטו קוקן אויף אים מיט זלזול? פארוואס זיך שעמען מיט א טאטע ווען ער האט זיין שיטה, זיין וועג - ווי אזוי ער פירט זיך? איך וויל דיר פרעגן, ווען דו זעסט א פרעמדער מענטש מוחה זיין, וואלט דיר עס אנגעגאנגען? ווען דו זעסט אין בית המדרש א פרעמדער מענטש שרייט און איז מוחה - וואלסטו זיך געשעמט? עס וואלט דיר געבאדערט? זיכער נישט, פארוואס זאל אנגיין וואס א צווייטער טוט? וואס זאל שטערן ווען איינער איז מוחה? פרעג איך דיר, ווייל עס איז דיין טאטע דארפסטו זיך אויפעסן? ווייל עס איז דיין טאטע דארפסטו זיך שעמען? ווער האט דיר געבעטן טראגן אחריות אויף אים? ווער האט דיר געבעטן דו זאלסט אים איינטיילן דעות? ווען דיין טאטע איז מוחה זאלסטו אים אויסהערן באימה וביראה, ווען ער זאגט זיינע שיטות זאלסטו חס ושלום זיך נישט אונטער לאכן. אז דו וועסט נישט נעמען קיין אחריות, דו וועסט נישט שפירן ווי דו דארפסט געפעלן פאר אנדערע - וועט דיר עס נישט אנגיין.


רוב קינדער שעמען זיך מיט זייערע עלטערן ווייל זיי מיינען אז זיי זענען אחראי ווי אזוי די עלטערן טראכטן, רעדן, טוען, און אזוי ווייטער. אנשטאט נעמען אחריות אויף זיך אליינס, אכטונג געבן זיך צו פירן ווי אזוי מען דארף זיך פירן - זוכט מען חסרונות ביי די עלטערן. אנשטאט פאררעכטן די אייגענע חסרונות און אכטונג געבן אויף טאטע מאמע, נישט אריינרעדן אין זייער הנהגה, נישט חוזק מאכן ווי אזוי זיי פירן די שטוב - איז מען פארנומען פאררעכטן די עלטערן.


אז דו ווילסט שפירן א זיסקייט אין אידישקייט, א טעם אין אידישקייט - זאלסטו גיין התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל דיר שפירן, איך וויל דיר ליב האבן, איך וויל טון די מצוה מיט א ליבשאפט און א שמחה", בעט אויך דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל ליב האבן מיין טאטע מאמע, איך זאל זיי מכבד זיין און שעצן".


התבודדות און תפילה ברענגט זיסקייט און א טעם אין אידישקייט; אז דו וועסט זיך מתבודד זיין וועסטו ווערן א גרויסער ערליכער איד, עס וועט דיר שוין מער נישט שטערן ווי אזוי מענטשן פירן זייער שטוב, דו וועסט זען דאס שיינקייט ביי אלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי נעמט מען אוועק קנאה צווישן חתונה געהאטע געשוויסטער?
צניעות, שבת טיש, משפחה, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאכטער האט חתונה געהאט לעצטע יאר ברוך ה', זי איז זייער א שטילע און צוריקגעצויגענע, אבער מיין עלטערע טאכטער איז פונקט פארקערט, זי איז זייער לעבעדיג און רעדט א גאנצע צייט. און ווען עס קומט אויס אז זיי זענען ביידע ביי מיר אויף סעודות שבת, רעדט די עלטערע די גאנצע צייט און די יונגערע רעדט גארנישט, און איך זע אויף איר מאן אז עס טוט אים זייער וויי, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


איך פרוביר אז זיי זאלן נישט קומען צו די זעלבע סעודות צו מיר, אבער איך קען עס נישט אלץ אזוי אויסארבעטן, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א א וועג וואס צו טון וועגן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג אז דיין שטוב זאל זיין איידל, דיין שבת טיש זאל זיין מיט יראת שמים, ווען חתונה געהאטע געשוויסטער קומט זיך צאם זאל דאס זיין איידל און באשיידן. לערן דיינע קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן איידל, לערן זיי ווי אזוי צו רעדן אין געגנווארט פון פרעמדע מענער; עס איז נישט קיין פראבלעם פאר טעכטער צו שמועסן מיט טאטע מאמע, אבער אז עס זיצן ביים טיש פרעמדע מענער, אפילו שוואגערס - דארפן זיי וויסן ווי אזוי זיך צו פירן וכו'.


דו דארפסט אויסלערנען דיינע טעכטער צניעות; עס האט נישט צו טון אויב איינער איז א שטילער און איינער איז מער רעדעוודיג, אפילו ביידע וואלטן געווען רעדעוודיג דארף מען זיי אויסלערנען ווי אזוי צו רעדן ביים טיש ווען עס זיצן שוואגערס. מענטשן זענען זיך טועה, מען מיינט אז מען מעג זיך האלטן נאנט מיט שוואגערס און שוועגערינס, עס איז גאר הארב, עס איז דא הלכות ביי הלכות יחוד ווען מען קען מקיל זיין, ווי צום ביישפיל ווען עס איז 'בעלה בעיר', אבער ביי נאנטע משפחה, שוועגערינס, שוואגערס, - דארט קען מען נישט נוצן דעם היתר, דארט איז הארבער.


וואויל איז דעם וואס היט זיין שטוב, ער איז מחנך די קינדער, זין און טעכטער - ווי אזוי זיך צו פירן ווען די משפחה קומט זיך צאם, מען זיצט איידל, דער שבת טיש איז פול מיט יראת שמים; וועט ער זוכה זיין צו די ברכה (תהלים קכח, ג): "בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים, סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווען דער זמן איז שפעט, זאל מען לייגן די קינדער שלאפן פאר די סעודה?
שבת קודש, חינוך הילדים, שבת טיש, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא ביי אונז אין לאנדאן ווערט דער זמן מוצאי שבת בערך 10:20 ביינאכט, און ביז איך קום אהיים פון שול איז שוין א האלבע שעה שפעטער, עס ווערט זייער שפעט פאר די קינדער, און זיי גייען שלאפן נאך איידער איך קום אן אהיים, איז דאס ריכטיג?


אויך פרייטאג צו נאכטס איז דא דעם פראבלעם, איך דאווען ביי די פלג המנחה, און עס קומט אויס אז מ'הויבט אן די סעודה א פערטל צו צען ביינאכט, מיין ווייב זאגט אז דאס וואס די קינדער זענען אויף אזוי שפעט מאכט זיי צעמישט, און זיי זענען מיד שבת אינדערפרי, און דעריבער וויל זי לייגן די קינדער שלאפן פאר די סעודה. זי איז גערעכט, אבער פון די אנדערע זייט איז מיר שווער צו מאכן די סעודה אן די קינדער ביים טיש.


וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין ווייב איז גערעכט, מען קען נישט אויפהאלטן קינדער אזוי שפעט אין די נאכט אריין; קינדער דארפן זיין אויסגערוט, קינדער דארפן גיין שלאפן צייטליך.


די בעסטע זאך וואלט געווען דו זאלסט זיי לייגן שלאפן פרייטאג נאכמיטאג פאר עטליכע שעה, אזוי אויך לייג זיי שלאפן שבת נאכמיטאג פאר אפאר שעה, אזוי וועלן זיי קענען מיטהאלטן די סעודות שבת.


מוהרא"ש זאגט, די סעודות שבת איז א יסוד פאר חינוך הבנים והבנות; ביי די שבת סעודות קען מען אריינלייגן אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די תורה, דעמאלט איז די ריכטיגע צייט זיי אויפצובויען; א שאד זיי זאלן נישט מיטהאלטן די הייליגע סעודות, זיי זאלן גיין שלאפן, אדער זיין מיד און ווילד.


דער הייליגער מונקאטשער רב זכותו יגן עלינו ברענגט אן אינטערעסאנטע זאך (דברי תורה ט, אות יג) בשם דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט: "איך וואונדער זיך פארוואס עס שטייט נישט אין די עשרת הדברות מען זאל שלאפן ערב שבת", פרעגט דער הייליגער מנחת אלעזר (שם): "וואס איז פשט פון די ווערטער 'עס וואלט ווען געדארפט שטיין אין די עשרת הדברות' וואס איז נישט גענוג עס זאל שטיין אין די תורה?" ענטפערט ער, ווייל נאר ווען מען שלאפט ערב שבת קען מען מאכן א שיינע סעודה, זינגען זמירות, אביסל לערנען פאר די סעודה און נאך די סעודה, אז נישט שלאפט מען איין ביי די סעודה, מען זינגט נישט קיין זמירות, מען רעדט נישט מיט די קינדער.


ביי מיין טאטע שליט"א זענען מיר אזוי מחונך געווארן, די גאנצע שטוב מקטן ועד גדול - אלע האבן זיך אראפגעלייגט, מיין טאטע פלעגט זיין זייער שטרענג ביי דעם. ווען מיר זענען געווען קינדער האבן מיר נישט פארשטאנען וואס עפעס מוזן מיר שלאפן, ווייסט דאך אז קינדער ווילן נישט שלאפן; היינט פארשטיי איך דאס, ווען איך זע ביי אסאך שטובער לייגט מען די קינדער שלאפן אינמיטן די סעודה, און איך דערמאן זיך אונזערע הערליכע סעודות שבת, ווי אלע קינדער זענען געזיצן אויסגערוט, מיר האבן געווארט א גאנצע וואך פאר די שבת סעודות.


און אזוי פיר איך זיך, ביי אונז גייען אלע קינדער שלאפן סיי ערב שבת מען זאל קענען זיין אויסגערוט ביי די סעודות, און שבת נאכמיטאג, מען זאל קענען זיין אפגעהיטן און קענען מיט האלטן שלש סעודות, הבדלה און מלוה מלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי וואלט איך געלעבט אן די עצות פון רבי'ן?
התחזקות, שלום בית, שבת טיש, חסידות ברסלב, שמחה, הפצה, עצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער אייבערשטער האט געמאכט מיט מיר א נס אז איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש.


איך בין אהיימגעקומען פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן דאווענען, און איך זע אז דער שבת טיש איז א באלאגאן, נאך פול מיט מוקצה זאכן, די בענקלעך זענען נאך איבערגעדרייט אויפ'ן טיש פון אויפוואשן די ערד פריער, און מיין ווייב שלאפט נאך א שווערע וואך ארבעט.


איך טראכט צו זיך וואס איך וואלט געטון אין אזא צייט, ווען איך זאל נישט זיין מקורב צום ראש ישיבה שליט"א, עס וואלט ארויס א געדיכטע רויך פון הויז. דער אייבערשטער האט אבער רחמנות געהאט אויף מיר, איך האב גלייך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיך נישט אויפרעגן, מיר זאלן האבן א פרייליכער שבת אפילו די הויז זעט אזוי הויז, איך האב ברוך ה' מסדר געווען און צוגעגרייט דעם שבת טיש, און מיר האבן געהאט א פרייליכע סעודה.


די זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט שבת אינדערפרי, איך קום אן אהיים, און אלעס ליגט נאך פונקט אזוי ווי מ'האט עס איבערגעלאזט נעכטן נאכט נאך די סעודה, ווען מען איז געווען מיד און מ'איז געגאנגען שלאפן אן אפרוימען דעם טיש. יעצט האלט איך נאך פאר'ן קידוש מאכן, מיין ווייב האט שוין קידוש געמאכט פאר די קינדער און איז געגאנגען שלאפן נאך א שווערע פולע וואך מיט די קינדער, ווען יעדע נאכט טיילן זיך די קינדער איין, יעדע שעה וויינט א צווייטער און וועקט אונז אויך, און איך האלט יעצט איינס אזייגער נאכמיטאג, נאך גארנישט געגעסן היינט, און איך בעט ווידער דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך זאל נישט ווערן אין כעס, איך זאל זיך האלטן פרייליך, און ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, אום דריי אזייגער האבן מיר געקענט אנהויבן די סעודת שבת קודש.


איך דאנק דעם אייבערשטן און איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, איך קען אפילו נישט טראכטן ווי אזוי איך וואלט געלעבט אן די עצות פון הייליגן רבי'ן,  אז איך זאל קענען בלייבן פרייליך, און מיין ווייב זאל אפילו נישט כאפן ווי אזוי די הויז האט אויסגעזען ווען איך בין אהיימגעקומען, און ווי לאנג איך האב געווארט אויף איר מיט סבלנות אז זי זאל זיך קענען אפרוען אביסל, און זי ווייסט נישט ווי שטארק איך האב געדארפט ארבעטן אויף זיך, נישט זיך אויפצורעגן און זיין פרייליך, נאר דורכ'ן אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק, ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן אין יעדן מצב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט ווי אזוי מענטשן לעבן אנעם רבי'ן, ווי אזוי מענטשן גייען אן אין זייער לעבן אן דעם רבינ'ס לימודים; ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה אויף טריט אין שריט? ווי אזוי האלט מען זיך רואיג, מען ווערט נישט פארלוירן?


אפגערעדט אין שטוב - איז נישט מעגליך צו לעבן א זיסע לעבן, נאר אז מען האט די עצות פון צדיק, די חיזוק פון צדיק; מיט א צדיק איז דאך אזוי גוט, אזוי געשמאק; די גאנצע שטוב, די ווייב, די קינדער - אלעס איז אזוי גוט.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט אליינס צוגעגרייט אלעס און געהאט א שיינע סעודה; וואויל איז דעם וואס קוקט מיט רחמנות אויף די ווייב, ער פארשטייט אז זי דארף זיך אביסל אפרוען פון א גאנצע וואך, ער זוכט נישט צו זיין גערעכט, נאר צו ראטעווען די מצב.


יעצט ווען דו זעסט זיך נאך אזא מעשה בלייבט איבער איין זאך: 'ווי אזוי קען מען אריינברענגען דעם רבינ'ס עצות, חיזוק און שכל אין אנדערע?' ווייל די מעשיות פאסירן דאך ביי אלעמען; אז נישט פינקט די מעשה - פאסירט ענליכע מעשיות, און ווי אזוי קוקט אויס א שטוב וואס האט נישט די הקדמות פון רבי'ן? ווי אזוי ענדיגט זיך די מעשה ביי זיי...? דארפן מיר וואס מער פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, ליכטיג מאכן אנדערע שטובער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - זאל מען איבערגעבן די סעודות שבת פאר די עלטערן?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, הכנסת אורחים, סיפורי צדיקים, שווער און שוויגער, שבת טיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר צו הערן יעדע שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, און זיך פירן לויט די הדרכות וואס איך הער, און דאס געבט מיר לעבן און עצות אויף טריט און שריט.


מיין שווער קומט צו מיר אויף דעם שבת, געווענליך פיר איך זיך אז ווען ער קומט צו מיר אויף שבת געב איך אים איבער צו פירן די שבת'דיגע סעודות, אבער יעצט האב איך געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מ'קען ארייננעמען געסט, אבער נאר ווי לאנג דער בעל הבית פירט די סעודה, נישט ווען די געסט נעמען איבער דעם טיש, איז מיין שאלה אויב דאס גייט אויך ביי עלטערן.


די שאלה איז אויף אלע דעטאלן, אויב זיי צו זעצן אויבן אן, זיי זאלן מאכן קידוש, און אזוי ווייטער מיט אלע כיבודים, און די וויכטיגסטע פון אלעס איז אויב זיי צו לאזן פירן די שמועסן ביים טיש. פארשטייט זיך אז איך רעד פון ערליכע וואוילע אידן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עלטערן קומען צו די קינדער אין שטוב - געבט מען זיי אלעס איבער; מען געבט זיי די גאנצע כבוד, די חשוב'סטע פלאץ, די חשוב'סטע שטוב, די חשוב'סטע בעט און אזוי ווייטער.


ביים טיש ביי די סעודות שבת זעצט מען דעם טאטן אדער שווער ביים אויבן אן, זיי מאכן צום ערשט קידוש, און ביי די משפחות וואס נאר דער ראש המשפחה מאכט קידוש געבט מען דאס איבער פאר די טאטע אדער שווער, זיי פירן די סעודה.


דאס וואס מיר האבן גערעדט אז מען זאל אכטונג געבן נישט איבערצוגעבן די סעודה פאר געסט - רעדט מען נישט פון עלטערן, מען רעדט ווען מען נעמט געסט עמי הארצים וואס מאכן פון די שבת'דיגע סעודה א מושב לצים, עס גייט אוועק די גאנצע יראת שמים - פון דעם דארף מען אכטונג געבן און זען עס זאל בלייבן א צורה פון א שבת סעודה, זינגען זמירות, רעדן שיינע זאכן מיט יראת שמים און שמחה וכו'.


מען דארף געדענקען אז די סעודות שבת איז זייער א הייליגע זאך, דער הייליגער זוהר דערציילט (יתרו, פד.): "רַבִּי אַבָּא כַּד הֲוָה יָתִיב בִּסְעוּדָתָא דְשַׁבְּתָא הֲוָה חַדֵּי בְכָל חַד וְחַד", דער הייליגער רבי אבא ווען ער פלעגט מאכן די שבת'דיגע סעודה איז ער געווען זייער פרייליך, "רַבִּי שִׁמְעוֹן כַּד הֲוָה אָתֵי לִסְעוּדָתָא", דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי ווען ער איז געקומען צו די סעודה, "הֲוָה אָמַר הָכִי", האט ער געזאגט אזוי: "אַתְקִינוּ סְעוּדָתָא דִמְהֵימְנוּתָא עִלָּאָה", לאמיר מאכן די הייליגע סעודה וואס ברענגט אמונה, "אַתְקִינוּ סְעוּדָתֵיהּ דְּמַלְכָּא", לאמיר מאכן א סעודה פאר'ן אייבערשטן, "וַהֲוָה יָתִיב וְחַדֵּי", ער איז געזיצן פרייליכערהייט ביי די סעודה; קוק אריין די שטיקל זוהר וואס מען פירט זיך צו זאגן ביי די סעודה, וואו עס ווערט דערציילט דאס גרויסקייט פון די דריי סעודות שבת, ווי אזוי די הייליגע צדיקים פלעגן עסן די שבת'דיגע סעודות; זיי זענען געזיצן ביי די סעודות מיט א מורא'דיגע פרייד, ווייל די סעודות שבת איז משפיע אמונה פאר זיך, פאר די שטוב און פאר די קינדער.


דאס וואס מיר האבן גערעדט ביים שיעור, דאס מיינט מען וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, ווען ער איז געקומען דערציילן פאר'ן רבי'ן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי אים אין שטוב דעם פארגאנגענעם שבת. רבי נתן פלעגט כסדר אהיימברענגען געסט פון בית המדרש צו קומען עסן ביי אים, ביז איין וואך האט ער געהאט א מעשה מיט זיין זון, דער זון האט נישט געוואלט מיטהאלטן די סעודה ווייל ער האט נישט געוואלט זיצן נעבן דעם גאסט וואס רבי נתן האט אהיים געברענגט, דער גאסט איז געווען א נאכגעלאזטער, עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך וכו', רבי נתן האט געגעבן א פאטש פאר זיין ער זאל פאלגן און אריינקומען צו די סעודה. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה פון רבי נתן האט ער אים געזאגט: "קודם כל וויל איך אז פון היינט און ווייטער זאלסטו אהיים ברענגען נאר געסט וואס דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי אין עבודת השם יתברך, געסט וואס וועלן אויסהערן דיינע חיזוקים", און דער רבי האט אים געזאגט נאך א ווארט: "א קינד שלאגט מען?!" פון דעם דיבור איז שוין געבליבן אנגענומען ביי אנשי שלומינו אז מען שלאגט נישט קיין קינדער.


זעט מען פון דעם אז דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין די מצוה פון הכנסת אורחים, מיר זאלן ארייננעמען געסט, אבער נאר געסט וואס וועלן אויסהערן און זיך מחי' זיין מיט די עצות און חיזוק, נישט וואס שטערן א שבת סעודה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.