שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי האלט מען ערליך די קינדער, ווען די ארומיגע משפחה זענען אנדערש?
שלום בית, אחדות, חינוך הילדים, קדושה, מאוויס, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן ברוך ה' אין א ווארעמע ערליכע חסידישע שטוב, מיינע עלטערן האבן אונז זייער גוט מחנך געווען צו זיין שטאלץ מיט אידישקייט. אבער נאך מיין חתונה האב איך זיך דערזען פאר א נסיון, מיין ווייב איז ברוך ה' זייער ערליך און וואויל, אבער ביי איר משפחה איז מען נישט אזוי מקפיד אויף זאכן, מ'איז פארנומען מיט אסאך נארישקייטן, אריינגערעכנט מיט סמארטפאונס, סאשעל מידיא, און דאס גלייכן. איך פרוביר אנצוהאלטן מיין חסידישקייט און ערליכקייט, אבער ס'איז מיר זייער שווער צו זיין ביי מיין שווער אינדערהיים און זיין אנדערש פון יעדן, נישט קענען מיטהאלטן פון וואס זיי רעדן און שמועסן, דאס איז מיר א שווערע נסיון. יעדער זיצט מיט די כלים און מען שיקט זאכן איינער צום צווייטן, און איך שפיר מיך ווי א יון אין די סוכה, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


ספעציעל איז מיר שווער אויב מ'ווייזט דארט א ווידיא פאר די גאנצע משפחה, און די קינדער ווילן אויך מיטהאלטן, ווי אזוי האלט מען זיך ביי שטארקע גדרים, אן צו גרינגשעצן אין די משפחה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער א הייקעלע און וויכטיגע שאלה, ווייל פון איין זייט דארף מען אכטונג געבן אויף שלום, מען זאל זיך נישט קריגן מיט משפחה און נישט גרינגשעצן אין עלטערן, און פון די אנדערע זייט דארף מען אכטונג געבן אויף זיך מען זאל בלייבן מיט יראת שמים, און אויך דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן מיט יראת שמים.


דער רבי האט אונז דערציילט אזא מעשה וואס דו האסט, מיט א חכם וואס האט נישט געוואלט אז זיינע קינדער זאלן פארפאלן גיין. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ג', מחיגר) עס איז אמאל געווען א חכם, און דער קיסר פון די לאנד איז געווען א גרויסער אפיקורס, איז געגאנגען דער חכם, ער האט גערופן די גאנצע משפחה און זיי געזאגט: "איר זעט דאך אז דער קיסר איז א גרויסער אפיקורס און האט שוין געמאכט די גאנצע מדינה פאר אפיקורסים, און א טייל פון אונזער משפחה האט ער שוין אויך געמאכט פאר אפיקורסים, בכן לאמיר אוועקגיין אין מדבר כדי מיר זאלן בלייבן מיט אונזער אמונה אין גאט ברוך הוא", זיי זענען געגאנגען צו א מדבר און דער חכם האט געמאכט א רינג ארום זיי אז קיינער זאל זיי גארנישט קענען שלעכטס טון.


מוהרא"ש זאגט (נהרי אפסרמון) די רינג איז די הייליגע אמונה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, ט): "וֶאֱמוּנָתְךָ סְבִיבוֹתֶיךָ"; ווען א מענטש איז ארום גענומען מיט אמונה - קען אים קיינער נישט שלעכטס טון, ווייל די קליפות און מזיקים האבן נאר א שליטה ווען די אמונה איז אפגעשוואכט, דעמאלט האבן זיי א טיר אריין צו קומען צום מענטש, אבער ווער עס איז שטארק מיט אמונה - קען אים קיינער נישט שלעכטס טון.


אויך איז א רינג א סימן פון אחדות, אז מען מאכט א שטארקע רינג, מען לעבט בשלום, מען לעבט מיט ליבשאפט, מען איז מוותר איינער פאר'ן צווייטן, מען קריגט זיך נישט - דעמאלט האט די שלעכטס נישט קיין שליטה, דעמאלט קען קיינער נישט צעברעכן די שטוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נצבים, א): "בְּנֹהַג שֶׁבָּעוֹלָם, אִם נוֹטֵל אָדָם אֲגֻדָּה שֶׁל קָנִים, שֶׁמָּא יָכֹל לְשָׁבְרָם בְּבַת אַחַת" אז מען מאכט א בינטל פון אסאך שטעקענעס, קען מען דאס נישט צעברעכן, "וְאִלּוּ נוֹטֵל אַחַת אַחַת, אֲפִלּוּ תִּינוֹק מְשַׁבְּרָן", אבער אויב מען נעמט איין שטעקן באזונדער, קען דאס אפילו א קינד צעברעכן.


דאס איז די עצה פאר דיר און פאר אלע עלטערן וואס ווילן היטן די שטוב אז די קינדער זאלן בלייבן ערליך און אפגעהיטן, מען דארף שטארק ארבעטן עס זאל זיין שלום בית אין שטוב, דאס איז דער פונדאמענט פון די שטוב. מענטשן מיינען אז שלום בית איז א שיינע זאך, מען קוקט אויף דעם ווי א היינטיגע זאך, ווי א זאך וואס איז נישט בעצם א יסוד אין לעבן, אבער עס איז נישט אזוי, שלום בית איז די וויכטיגסטע זאך פאר א איד, מען קען נישט אויפציען קינדער נאר מיט שלום בית; קינדער וואס קומען פון א שטוב וואו עס איז דא א שטארקע רינג, טאטע מאמע האבן זיך ליב - וואקסן אויף ערליך און געזונט, און חס ושלום אויב מען קריגט זיך - איז דאס די ערגסטע זאך פאר זיי.


קינדער ווייסן און שפירן אויב עס איז דא ליבשאפט צווישן טאטע מאמע, מען קען זיך נישט מאכן, מען קען זיי נישט אפנארן, זיי ווייסן דאס נאך בעסער פון די עלטערן אליינס, און דאס איז די שטערקסטע זאך פאר זייער עתיד.


דערפאר, אז דו ווילסט היטן דיינע קינדער - זאלסטו זען צו טון וואס דער חכם האט געטון, מאך א רינג ארום דיין משפחה; זע עס זאל זיין ליבשאפט, פארברענג אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, דאס איז מער פון אלעס. קינדער וואס פארברענגען מיט די עלטערן דארפן נישט קיין ווידיאו"ס, אויך רעד אין שטוב פון אייבערשטן, דערצייל מעשיות פון תפילה, מעשיות פון השגחה פרטיות, שמועס ביי די שבת סעודות פון אייבערשטן - וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס און דו וועסט האבן ערליכע שיינע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.