תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע וואונדערליכע שיעורים וואס זענען אזוי שטארק מחזק, איך הער עס יעדע שיעור, און צומאל הער איך איבער א שיעור עטליכע מאל, דאס איז ממש מיין לופט צום אטעמען.
איך האב א שווערע פראבלעם, און איך וויל בעטן הילף פונעם ראש ישיבה שליט"א.
די גרויסע טאכטער פון מיין ווייב פירט זיך אויף צו איר מאמע זייער נישט גוט, ממש שרעקליך, ערגער ווי צו א שפחה כנענית, סיי די וועג פון רעדן, זיך אויפפירן, פארלאנגען, זי לאכט איר אין פנים אריין און הונטער איר רוקן, זי פייפט איר אן און דערנידערט איר.
מיין ווייב ווערט ממש צעטרעטן ביז דער ערד, זי איז נישט גענוג שטארק, זי פאלט אלעמאל פאר איר טאכטער, זי טוט אלעס וואס די טאכטער פארלאנגט, און אפילו ווען זי זאגט שוין יא אמאל עפעס שטרענג פאר'ן טאכטער, וועט די טאכטער אלץ טרעפן דעם וועג זיך ארויסצודרייען, און איר ווידער צעטרעטן.
איך בייס זיך שוין די ליפן פאר אסאך יארן, אבער דאס ברענגט מיר צוויי זאכן, איינס אז איך שפיר ווי איך פלאץ שוין, ווי לאנג קען מען צוקוקן צו אזא שרעקליכע אויפפירונג און בלייבן שטיל? און צווייטנס מאכט עס אז איך זאל אנהויב קוקן אויף מיין ווייב ווי א שמאטע, ווי א שוואכלונג.
איך מאך אסאך התבודדות אויף דעם, איך זע אבער נישט קיין לעזונג צו דעם מצב, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
נוץ די עצה פון תפילה, געב אוועק יעדן טאג פופצן - צוואנציג מינוט צו בעטן דעם אייבערשטן נאר אויף דעם; אז דו וועסט אזוי טון טאג נאך טאג - וועסטו זען נאך א קורצע צייט א ישועה.
וויסן זאלסטו, וואלט דאס געווען דיינע אייגענע קינדער - וואלסטו געדארפט מחנך זיין און זיין גאר שטרענג צו פארלאנגען דרך ארץ וכו', אבער אין דיין פאל אז דו ביסט נישט דער טאטע, דו ביסט דער שטיף טאטע - וועסטו נישט אויפטון, און אויך וועט עס שאטן פאר די שלום בית.
נאך אן עצה איז דא, אויב דו וועסט אנהייבן זייער שטארק ליב האבן איר קינד, נישט נאר געזאגט, נאר טאקע ליב האבן, דורך איר דן זיין לכף זכות, זיך אריינלייגן אין איר מצב, די רחמנות פון קינדער וואס זעען ווי זייער לעבן פאלט זיי צאם, ווי זייערע עלטערן קריגן זיך, ווי די עלטערן צעטיילן זיך, ווי דאס צעשטורעמט זייערע געפילן, זייער מח וכו'; דאס קען מען נישט פארשטיין, דער וואס קומט פון א געזונטע שטוב מיט געזונטע עלטערן איז נישט מעגליך זאל פארשטיין די צער, די ווייטאג, די יסורים, די פחדים - וואס די קינדער גייען אריבער ווען די עלטערן קריגן זיך און צעטיילן זיך; אז דו וועסט איר דן זיין לכף זכות, דו וועסט קוקן אויף די קינד מיט רחמנות - וועט די קינד זיך טוישן, די קינד וועט ווערן רואיג, די קינד וועט אנהייבן זיך פירן מיט דרך ארץ.
העיקר איז נאכאמאל און נאכאמאל תפילה, תפילה, תפילה, זיך נישט מייאש זיין פון תפילה. גיי אין א ווינקל, גיי און שמועס דאס אויס מיטן אייבערשטן, דערצייל אים ווי דאס שעדיגט ענקער שלום בית וכו' וכו'; וועסטו זען גרויסע ניסים.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.