תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין נישט קיין תלמיד הישיבה, אבער איך האב חיזוק פון די שיעורים, און איך האב אויך זייער התפעלות פון אייערע תלמידים.
איך האב אנגעהויבן שרייבן נעכטן א בריוו צום ראש ישיבה און איך האב עס נישט געענדיגט, אינצווישן האב איך געהערט א שיעור, און ס'איז מיר געווען אינטרעסאנט ווייל די שאלה איז מיר דארט פארענטפערט געווארן, עס איז מיר ממש געווען ווי א תשובה פון הימל ווייל עס איז בכלל נישט אריינגעקומען דארט.
איך האב געוואלט זיך אויסרעדן, איך בין געווען אמאל אין קרית ברסלב אויף א שבת, איך בין איינגעשטאנען ביי א משפחה, איך האב זיך אבער געפילט זייער אומבאקוועם, די גאנצע התנהגות איז געווען פראסט. איך בין אויך א פשוטער איד, איך ארבעט, איך בין נישט קיין צדיק, אבער איך האב קיינמאל פארדעם נישט געזען אז מען זעצט זיך צו א שבת סעודה אן א הוט און בעקיטשע, מען זיצט ביי א סעודה און מען זינגט נישט קיין זמירות, עס איז מיר ממש געווען א זאך וואס איך האב נישט געקענט פארשטיין.
דא זע איך אז ווען איך באגעגן תלמידים פון ישיבה, רעדן זיי איידל, זיי גריסן, זיי קומען זיך אויס אין שטוב, און איך בין זייער נתפעל געווען פון ברסלב, און דא בין איך אנגעקומען צו א שטוב אין קרית ברסלב און די גאנצע שבת זעט אויס אזוי פראסט, נאכדערצו ווען דער ראש ישיבה שליט"א אליין רעדט אסאך פון די גרויסקייט פון א שבת טיש, פון זינגען זמירות, און אזוי ווייטער.
יישר כח פאר אלעס, הצלחה מיט אייער הייליגע ארבעט.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן גוטע אויגן, קוקן גוט אויף א צווייטן, זען דאס גוטס ביי אידישע קינדער און דן זיין יעדן איינעם לכף זכות. עס איז נישט קיין קונץ צו זוכן חסרונות ביי אנדערע, א קונץ איז צו זען דאס שיינקייט פון אידישע קינדער, קענען ליידן יעדן איד און יעדן איינעם ליב האבן.
די הייליגע צדיקים קוקן אויף יעדן איינעם גוט, זיי זוכן דאס גוטס אין יעדן איינעם, זיי זעען נישט דאס שלעכטס; מיר דארפן זיך אויסארבעטן צו קענען צוקומען צו דעם, נאר צו זען דאס גוטס. ביים הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו דערציילט מען, האט אמאל פאסירט, ער האט געזען ווי א איד איז פארנומען אינמיטן דאווענען מיט זיין וואגן, דער איד איז געשטאנען אינדרויסן פון שול מיט טלית און תפילין און פארראכטן די וואגן, האט דער הייליגער צדיק געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, קוק אן דעם איד, ער איז אזוי אריינגעטון אין זיין וואגן, דער וואגן איז ביי אים מער וויכטיג פון אלסדינג, דאך טוט ער אן יעדן טאג טלית און תפילין; ער טוט דיין רצון, ער טוט וואס די תורה הייסט טון"; די צדיקים זיי זעען אנדערש, זיי זעען ווי אידן זענען גוט, ווי אידן זענען וואויל; זיי זעען די טלית און תפילין. א צווייטער זעט ווי יענער דאווענט נישט, ווי יענער פאלט, אבער צדיקים זעען דאס שיינקייט פון אידישע קינדער.
ביים הייליגן רבי'ן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו איז אמאל געווען אן אינטערעסאנטע מעשה פרייטאג צו נאכטס ביים טיש, דער הייליגער רבי אלימלך גיסט אן דעם בעכער און נעמט דאס אין האנט, דער עולם ווארט דער צדיק זאל אנהייבן קידוש, אבער דער צדיק שטייט שטיל, ער עפנט נישט זיין מויל, דער עולם שטייט און וואונדערט זיך 'וואס גייט דא פאר? אפשר קומט א נייע גזירה?!' דער צדיק שטייט מיט פארמאכטע אויגן און ווארט און ווארט, ענדליך הייבט דער הייליגער רבי אלימלך אן זאגן מיט פייער די ווערטער פון קידוש: "יום השישי" וגו'.
די תלמידים זענען נייגעריג, זיי ווילן פארשטיין וואס דא גייט פאר. שפעטער האט מען געפרעגט דעם הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו וואס איז געווען די מעשה, פארוואס האט זיך דער צדיק פארזוימט? האט דער רבי אלימלך געזאגט: "פאר קידוש איז דאך א צייט פון תשובה, איך האב אנגעהויבן טראכטן ווי ווייט איך בין פונעם אייבערשטן; איך האב זיך ארום געקוקט און געזען פאר מיר צוויי מענטשן קומען אריין צום טיש, די צוויי מענטשן זענען געווען גרויסע לצים, זיי זענען געקומען מאכן ליצנות, איך האב געטראכט צו מיר 'איך בין טאקע ערגער פון אלע מענטשן דא אין בית המדרש, אבער די צוויי זענען נאך ערגער פון מיר, זיי זענען נאך מער שלעכטע מענטשן; איך האב גענומען די כוס אין די האנט און נישט געקענט מאכן קידוש, איך האב געזוכט צו טראכטן עפעס גוטס אויף זיי, איך האב אבער נישט געקענט טרעפן גוטס אין זיי, איך האב געווארט און געווארט, געטראכט און געזוכט עפעס גוטס אויף זיי; איך האב געטראכט אז אויב איך קען נישט טרעפן אין זיי גוטס קען איך נישט מאכן קידוש, בין איך פסול לעדות, ביז איך האב אריינגעטראכט אז זיי זענען נישט אזוי שלעכט, ווי נישט ווי זענען זיי געקומען צו א הייליג פלאץ, זיי וואלטן דאך געקענט זיין אין א שלעכטע פלאץ, זיי וואלטן געקענט גיין טון עבירות, יעצט זענען זיי געקומען אין א הייליג פלאץ; איך האב אנגעהויבן זען אין זיי אזא ליכטיגקייט, דעמאלט האב איך אנגעהויבן מאכן קידוש".
דאס איז די עבודה ביי צדיקים, זיי זוכן גוטס אויף אידישע קינדער; אפילו אויף לצים, נידריגע מענטשן - טראכטן זיי גוטס, כל שכן ווען מען זעט א איד עסן די שבת'דיגע סעודה, א איד וואס היט שבת - איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, טאר מען נישט זוכן דערביי שלעכטס, אויב ער גייט יא מיט א בעקיטשע אדער ער גייט נישט מיט א בעקיטשע, אויב ער זינגט יא זמירות אדער נישט.
אז מען איז פארנומען צו זוכן שלעכטס איז א סימן אז מען דארף תשובה טון, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע א חסרון ביי א צווייטן, איז דאס מיין פראבלעם; אדער האב איך נישט געהאט קיין התבודדות יענעם טאג, און אז איך האב יא געמאכט התבודדות האב איך נישט געמאכט גענוג התבודדות, ווייל ווען איך וואלט זיך גוט מתבודד געווען וואלט איך געזען נאר גוטס ביי יעדן איינעם".
איך ווייס נישט ווער דו ביסט און וואו דו ביסט איינגעשטאנען, איין זאך קען איך דיר זאגן, אז דו וועסט אנהייבן נוצן די עצה פון התבודדות וועסטו שוין נישט זען קיין שלעכטס, דו וועסט זען ווי טייער אידישע קינדער זענען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.