שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי מאך איך אז מיין ארבעט מיט די בחורים זאל נישט גיין לאיבוד?
התחזקות, חינוך הילדים, אמונה, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מגיד שיעור אין א ישיבה קטנה די צווייטע כיתה, און איך בין ברוך ה' זייער שטארק מצליח מיט די בחורים, ביי מיר איז נישט דא א זאך אז א בחור פאלגט נישט, די בחורים ווייסן אז ביי מיר איז נישטא קיין חכמות, יעדער שטייט אויף פארטאגס און שטעלט זיך צו צו די זמני הלימוד, און מ'קומט אן זייער אסאך יעדע זמן.


פארטאגס לערנען מיר שלחן ערוך, פארמיטאג לערנען מיר גמרא בעיון, נאכמיטאג לערנט מען שיעור פשוט, און ביים נאכט סדר לערנט מען ספרי חסידות.


וואס ס'שטערט מיך איז אז ווען די בחורים גייען אריין אין ישיבה גדולה, וואס דארט איז נישטא אזא שטרענגע מסגרת, ווערן זיי נאכגעלאזט, און נאכדעם פאלן זיי אראפ און מיין גאנצע ארבעט גייט לאיבוד. איך ווייס נישט פארוואס די היינטיגע ישיבות זענען אזוי נאכגעלאזט, און פארוואס אזוי סאך בחורים פאלן אוועק, אפשר אז איר רעדט אסאך צו בחורים ווייסט איר דער תירוץ אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                     יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הרב ... שליט"א.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט צו אייערע תלמידים פון זאכן וואס איז נוגע פאר זייער גאנץ לעבן וועט איר נישט ווערן אנטוישט; אז מען לייגט א דגוש אויף זאכן וואס איז נישט וויכטיג און עס וועט סיי ווי נישט אנהאלטן - איז א שאד די ארבעט.


לייגט אריין אין זיי א ליבשאפט צו מצוות ומעשים טובים, א ליבשאפט צו אנטון תפילין און א ליבשאפט צו היטן שבת, וועלן זיי זייער גאנץ לעבן לייגן תפילין און היטן שבת.


אז מען לייגט א דגוש אויף עסן מיט א הוט, אדער גיין א גאנצן טאג מיט א גארטל וכדומה לזה - כל זמן די בחורים זענען יונג פאלגן זיי, אבער שפעטער בלייבט נישט פון דעם קיין שפיר.


איך מיש זיך נישט ווי אזוי איר זאלט מחנך זיין אייערע תלמידים, יעדע פלאץ האט זיך זייערע מנהגים, אלע מנהגים זענען חשוב און טייער אבער מען קען נישט מאכן פון טפל עיקר און פון עיקר טפל; דער עיקר דארף בלייבן עיקר, דער עיקר איז רעדן פונעם אייבערשטן.


טאג און נאכט דארפן מלמדים און מגידי שיעורים רעדן פון אמונה, פשוט'ע אמונה, אן קיין חכמות און אן קיין תורות; אריין ברענגען אין די תלמידים א ליבשאפט צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, מחשיב זיין יעדע גוטע נקודה וואס מען טוט. וועט איר זען אז נישט נאר זיי וועלן נישט פאלן, זיי וועלן גיין נאר מעלה מעלה און אויסוואקסן גרויסע צדיקים.


ביינאכט ווען איר לערנט מיט זיי ספרי חסידות זאלט איר זיי דערציילן אסאך מעשיות פון צדיקים. עס איז באוואוסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


אויך דארף מען רעדן צו בחורים אסאך חיזוק; רבי נתן האט געזאגט: "פאר יעדע לעפל מוסר וואס מען זאגט, דארף מען געבן א גאנצע שיסל התחזקות"; נאך האט רבי נתן געזאגט: "התעוררות וואס קומט פון מוסר האלט נישט אן צו לאנג, ווידער התעוררות וואס קומט ארויס פון א חיזוק שמועס - דאס האלט אן א לאנגע צייט"; ווען מען רעדט צו תלמידים, מען געבט זיי מוסר - דארף מען זיי אסאך מחזק זיין, זיי זאלן שפירן ווי דער אייבערשטער האט זיי ליב, זיי זאלן שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט זיי, דעמאלט וועלן זיי נישט פאלן, זיי וועלן בלייבן ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.