שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי מאכט מען די קינדער זאלן מסכים זיין צו ביליגע שמחות?
אידיש געלט, שמחות, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר גייען אי"ה בר מצוה מאכן בקרוב, און מיר גרייטן זיך צו מאכן בלויז א קידוש שבת אין שול, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א איז שטענדיג מעורר אז ס'איז נישט כדאי צו אויסווארפן אזויפיל געלט אויף די עטליכע שעה פון די שמחה, ובפרט אז מ'האט נישט פון וואו דאס צו באצאלן.


דער פראבלעם איז אבער אז מיין זון, דער בר מצוה בחור, איז זייער נישט צופרידן דערפון. וויפיל מיר האבן פרובירט אים מסביר צו זיין די גרויסע זכות צו מאכן א ביליגע שמחה און נישט אריינפאלן אין חובות, וויל ער דאס נישט פארשטיין, און אויך האט ער מורא פון זיין חברים וואס לאכן פון אים אז ער גייט נישט האבן א נארמאלע בר מצוה אין א זאל אזוי ווי יעדער איינער.


איך בין זיכער אז אויב וועט ער באקומען א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א מיט חיזוק אויף דעם ענין, וואס דאס אים געבן די כוחות עס יא צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלעס ווענדט זיך אינעם חינוך וואס מען געבט פאר די קינדער; קינדער וואס וואקסן אויף געזונט, אז יעדע זאך וואס מען 'דארף' האבן קויפט מען און יעדע זאך וואס מען 'וויל' האבן – ווייל יענער האט דאס – קויפט מען נישט, אזוי אויך קינדער וואס וואקסן אויף מיט אן אמת'ע לעבן וואס מען לעבט פאר זיך, מען לעבט נישט ווייל יענער לעבט, דעמאלט ווען עס קומט צו פראווען זייערע שמחות, ווי א בר מצוה, חתונה וכדומה, וועלן זיי נישט בעטן פון די עלטערן צו מאכן טייערע שמחות צוליב וואס 'יענער' מאכט אזוי און אזוי, נאר זיי וועלן זיין פרייליך מיט די שמחה אליינס און פארשטיין אז טאטע מאמע האבן נישט וכו'.


געלויבט דעם אייבערשטן אז ביי אונז אינעם מוסד אין וויליאמסבורג איז מען מחנך די קינדער צו לעבן פאר זיך און נישט קוקן אויף יענעם; מען לייגט א שטארקע דגוש אויף דעם - בעיקר ביי די מיידלעך - אז נישט יעדע זאך וואס מען 'וויל' באקומט מען. מען לערנט זיי אויס דעם חילוק פון א זאך וואס מען 'דארף' און א זאך וואס מען 'וויל'.


איך כאפ אן א דוגמא, ווען עס קומט אנהייב יאר, די צייט ווען מען דארף זיך אנגרייטן פארן קומענדיגן יאר שולע, אויב קען מען נאך נוצן די טאש פון פאריאר 'דארף' מען נישט קויפן א נייע; עס קען זיין צומאל אז מען 'וויל' א נייע, ווייל יעדער מענטש 'וויל' נייע און שיינע זאכן וכו', אבער מען איז מסביר אין שולע פאר די קינדער אז א נייע טאש קאסט פאר די עלטערן געלט. מען לערנט מיט זיי אז זאכן קאסטן געלט און מען קען נישט מוטשען די טאטע מאמע און בלאזן, סטראשענדיג אז מען גייט נישט אין שולע ביז מען באקומט א נייע, אפילו עס רעדט זיך דא פון קליין געלט, אבער אז מען איז מחנך די קינדער אויף דעם וועלן זיי דאס פארשטיין ווען עס קומט זייער צייט חתונה צו האבן אדער בר מצוה האבן און זיי וועלן גיין צו די שמחה פרייליך און צופרידן.


דעריבער אז דו דארפסט אן עצה ווי אזוי דו קענסט אריין ברענגען ביי דיינע קינדער ביליגע שמחות וכדומה, זאלסטו רעדן מיט דיינע קינדער אסאך דיבורים פון אמונה. ביי די שבת'דיגע סעודות זאלסטו אסאך רעדן פון דאס גרויסקייט פון לעבן מיטן אייבערשטן, דערצייל זיי די מעשה פונעם 'בעל תפילה' וואס דער הייליגער רבי האט אונז דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יב), ווי דער בעל תפילה פלעגט זאגן פארן אלעמען: "עֶס אִיז נִישְׁט דָא קַיין אַנְדֶערֶע תַּכְלִית אוֹיף דֶער וֶועלְט, נָאר צוּ דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן", וואס דער גיבור האט געזאגט פארן בעל תפילה: "אִיךְ הָאבּ גֶעהֶערְט פוּנֶעם קֶענִיג אַז פוּן אַלֶע תַּאֲווֹת קֶען מֶען אַרוֹיס נֶעמֶען דֶעם מֶענְטְשׁ חוּץ אַ מֶענְטְשׁ וָואס אִיז אַרַיין גֶעפַאלְן אִין תַּאֲוַת מָמוֹן", און וואס דער בעל תפילה האט געזאגט: "נָאךְ אַלְץ וִוילְט אִיר גֶעלְט? פוּן גֶעלְט זָאלְט אִיר מִיט מִיר נִישְׁט שְׁמוּעֶסְן".


אז דו וואוינסט אין ארץ ישראל זאלסטו פארן קיין יבנאל מיט דיינע קינדער און זען דאס בית המדרש וואס מוהרא"ש האט געבויט, זאלסט געבן א קוק וואס שטייט ביים אריינגאנג צום בית המדרש; מוהרא"ש האט געשריבן אויפן טיר פונעם בית המדרש די ווערטער: "הַבַּעַל תְּפִילָּה אָמַר: עֲדַיִן אַתֶּם רוֹצִים מָמוֹן? מִמָּמוֹן לֹא תְּדַבְּרוּ כְּלָל", אין אידיש: "דער בעל תפילה האט געזאגט: נאך אלץ ווילט איר געלט? פון געלט זאלט איר מיט מיר נישט שמועסן".


יעדעס מאל ווען איך בין זוכה צו זיין אין יבנאל גיי איך נאכאמאל צום גרויסן בית המדרש נאר צו זען דעם טאוול; דאס ברענגט יעדעס מאל אריין אין מיר א שטארקע התעוררות, זעענדיג ווי מוהרא"ש האט געלעבט מיטן אייבערשטן און ווי שטארק מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות אן קיין חכמות און אן קיין דריידלעך.


ליין איבער דעם בריו נאכאמאל און נאכמאל.