תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב יעצט געליינט א קונטרס פון מוהרא"ש זי"ע, וואו ער ברענגט זייער שארפע מאמרים פון הייליגן רבי'ן איבער פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן. האב איך געוואלט פרעגן, הגם אז מיט די חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א בין איך זיך מתגבר און איך געב אכטונג אויף מיינע אויגן, כאטש וואס איך האב נישט געגלויבט אמאל אז איך וועל דאס נאך קענען באווייזן, וויל איך אבער וויסן ווי אזוי מ'קען תשובה טון אויף לשעבר, אויף די שלעכטע זאכן וואס איך האב אמאל עובר געווען.
דער רבי זאגט דאך אז ס'ווערן באשאפן פון דעם כוחות הטומאה וואס לויפן נאך דעם מענטש אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, איז דא א וועג ווי אזוי מבטל צו זיין די כוחות הטומאה, אדער איז דאס שוין פארפאלן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפגעפאלן אין די עבירה און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.
נאר דער רבי האט די כח ארויס צו נעמען די וואס זענען אריין געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית; ווייל די עבירה פון פגם הברית איז גאר א גרויסע עבירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם) ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.
די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, עס איז ערגער פון אלע עבירות; אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אבן העזר סימן כג, סעיף א): "עָוֹן זֶּה חָמוּר מִכָּל עֲבֵירוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", די עבירה איז הארבער פון אלע עבירות אויף די וועלט, מען פארלירט אלעס דורך די עבירה, מען ווערט קראנק, אלט און שוואך. דער שאדן וואס דאס ברענגט אויפ'ן מענטש איז געפערליך, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רמ, סעיף יד): ווען מען איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" - ווערט מען אפגעשוואכט, פארעלטערט און מען פארלירט די כוחות. אזוי אויך: "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערט אפגעשוואכט און עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פון קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפ'ן מענטש.
דאס איז אויסער דעם וואס מען פארלירט די פרנסה; דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז דער וואס ווארפט ארויס די טראפלעך פון מח, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן.
דאס איז אויסער דעם וואס מען באקומט שונאים; מען באשאפט קליפות וואס זענען זיך נוקם אינעם מענטש, זיי מאכן שרעקליכע יסורים. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות נאוף, סימן כו): "עַל יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, "בּוֹרֵא קְלִפּוֹת", טוט מען באשאפן קליפות, "הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו", די קליפות גייען אריין אין מענטשן, זיי קריגן זיך מיט'ן מענטש, "וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", און זענען אים מצער.
דאס איז אויסער וואס מען פארלירט אלע ליכטיגקייטן; עס ווערט טונקל, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן. די אמונה קילט זיך אפ; מען דריידט זיך ארום מיט קשיות אויף די אמונה, מען גייט ארום מיט שלעכטע געדאנקען, ביז מען וויל מער נישט לעבן. מען ווערט א בייזער מענטש, מען ווערט בעצבות ומרה שחורה, מען פארלירט אלעס אין די וועלט. מען שפירט ביי זיך וואס דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח ע"א; ויחי ריט.): "מַאן דְאוֹשִׁיד זַרְעָא בְּרֵיקַּנְיָא חַס וְשָׁלוֹם, אֵין מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", ווער עס איז מוציא זרע לבטלה העלפט נישט קיין תשובה; מען שפירט זיך אויסגעשלאסן פון אלעס, מען גייט ארום מיואש.
נאכן הערן אזעלכע זאכן, איז דאך זייער געפערליך; ווי הייבט מען אן? וואס קען מען טון אז מען האט ליידער יא עובר געווען אויף די עבירה? וואס קען מען טון נישט צו באקומען די אלע שרעקליכע שטראפן? אויף דעם האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף אונז און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אונז אויף פון די נידריגסטע פלעצער און מיט זיינע עצות ברענגט ער אונז צוריק צום אייבערשטן.
דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט קען נאך יא תשובה טון און קען אלעס פאררעכטן"; אז מען וועט פרעגן: 'ווי קען זיין אזא זאך אז דער רבי זאגט עס העלפט יא תשובה נאכדעם וואס אלע ספרים זאגן אז עס העלפט נישט קיין תשובה?' דאס פרעגט רבי נתן (ליקוטי הלכות תפילין הלכה ד, אות ד): "ווי קען זיין אזא זאך אז דער זוהר הקדוש זאגט אז ווען א מענטש איז פוגם בברית העלפט נישט קיין תשובה, און דער רבי זאגט אז עס העלפט יא תשובה?" זאגט רבי נתן, "באמת העלפט תשובה אויף יעדע עבירה, עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען זאל נישט קענען תשובה טון דערויף, נאר וויבאלד די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, ווייל ווען א מענטש איז פוגם בברית רייסט ער זיך אפ פונעם אייבערשטן, דערפאר, ווען דער מענטש וויל תשובה טון שטעלט מען אים אונטער אזא שרעקליכע נסיון, דער נסיון איז אז מען זאגט אים ער איז שוין דערנאך, ער דארף הערן ווי מען זאגט אים 'דו קענסט שוין נישט תשובה טון'; אויב האט ער שכל און ער זאגט 'עס גייט מיר גארנישט אן, איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן אויף קיין שום פאל, צי מען דארף מיר יא צי מען דארף מיר נישט, איך פונעם אייבערשטן וועל זיך קיינמאל נישט אפטיילן, איך נעם זיך פאר מער נישט צו זינדיגן, נישט קיין חילוק צי איך וועל יא ווערן א צדיק צי נישט, נישט קיין חילוק צי איך וועל מיך דארפן מוטשען מיין גאנץ לעבן אדער נישט', אזא איינער וועט זוכה זיין תשובה צו טון. אבער דער וואס האט נישט קיין שכל און זאגט 'איך קען שוין נישט תשובה טון, איך בין דערנאך', בלייבט ער אינדרויסן השם ישמרינו".
דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך ווייטער מיט שמירת עינים, היט אפ דיינע אויגן נישט צו קוקן עבירות און היט זיך פון טון עבירות - וועסטו אלעס פאררעכטן, בפרט אז דו וועסט אנהייבן לערנען די הייליגע תורה - וועסטו מבטל זיין אלע קליפות. נישטא נאך א זאך וואס זאל פארברענען די קליפות ווי די הייליגע תורה, ווען מען לערנט די הייליגע תורה ווערן די קליפות בטל ומבוטל כעפרא דארעא, זיי ווערן אויס, ווי די שטויב פון די ערד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.
דאס ערשטע זאך זאלסטו אנהייבן לערנען משניות; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
מוהרא"ש זאגט אז די שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות; אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.
נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, דערפאר אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; אפילו דו פארשטייסט נישט אין אנהייב וואס דו לערנסט, ניטאמאל עברי מיט טייטש קענסטו, זאלסטו ווייטער לערנען, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, זאל מען ווייטער לערנען, מען זאל זאגן די ווערטער ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין".
נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תיקוני זוהר; דער הייליגער אריז"ל האט געגעבן א תיקון פאר א בעל תשובה וואס האט געבעטן א תיקון פאר עבירות, ער זאל זאגן יעדן טאג אפאר בלאט פון ספר התיקונים; ווען מען זאגט די ווערטער פון תיקוני זוהר וואשט עס אפ דעם מענטש פון אלע פלעקן.
ועל כולם זאלסטו זיך שטענדיג מתודה זיין; יעדן טאג זאלסטו מאכן א צייט וואס דו וועסט דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, דאס וועט ארויסנעמען די עבירות פון דיינע ביינער. ווען א מענטש זינדיגט ווערן איינגעקריצט די עבירות אין זיינע ביינער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנוֹתָם [חֲקוּקָה] עַל עַצְמֹתָם", און דאס גייט נישט ארויס נאר דורך דעם וואס מען איז זיך מתודה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד). זאג דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, שעם זיך נישט צו דערציילן יעדע פרט און פרט און בעט אים: "רבונו של עולם זיי מיר מוחל, פארגעב מיר מיינע זינד, איך וויל זיין גוט; איך האב חרטה וואס איך האב געטון, איך זאג דיר צו אייבערשטער איך גיי עס מער נישט טון, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל קענען זיין שטארק נישט צו טון מער קיין עבירות".
דאס זאלסטו טון יעדן טאג; א גאנצן טאג זאלסטו זיין פרייליך, נאר איין צייט אין טאג זאלסטו זיך מתודה זיין און צעברעכן דיין הארץ. וועסטו זוכה זיין אויסצומעקן אלעס וואס דו האסט געטון.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.