תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך דארף אן עצה צו זיין פרייליך. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן א שיינע בריוו אז דאס לעבן ליגט נאר אין מיינע הענט, עס איז נישט די מאן און די קינדער, עס איז נישט די שכנים און אנדערע, עס איז נאר אז איך אליין דארף אנהויבן קוקן גוט אויפ'ן לעבן, און דעמאלט וועט מיר ווערן גוט אין לעבן; איך ווייס אבער נישט וואס צו טון צו ווערן פרייליך.
אסאך מאל שפיר איך זיך אזוי שטארק צעבראכן, איך פיל אז קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער, קיינעם אינטערעסירט נישט וואס איך לייד.
איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן, איך פרוביר אזוי שטארק אים צו דערציילן אלעס וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, אבער איך שפיר נישט אלעמאל ווי מען הערט מיר אויס, חס ושלום, און דאס מאכט אז איך זאל זיך נישט קענען אלעס אויסרעדן.
אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר שרייבן א תפלה צו קענען בעטן דעם אייבערשטן צו זיין פרייליך, צו קוקן גוט אויף מיין לעבן, צו קוקן גוט אויף מיין מאן, נישט צו מקנא זיין א צווייטן, נישט פרובירן זיך צוצוגלייכן צו א צווייטן?
יישר כח פאר'ן מיר פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, יישר כח פאר'ן מיר לאזן דערציילן אלעס וואס שטערט מיך, אן דארפן מורא האבן צו ווערן אוועקגעווארפן און אראפגעקוקט.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דא האט איר א תפילה אויף שמחה, בעטס די תפילה יעדן טאג און אפילו אפאר מאל א טאג, ביז איר וועט זוכה זיין צו זיין פרייליך. מוהרא"ש זאגט, אנשטאט צו בעטן באזונדער אויף פראבלעמען - זאל מען בעטן דער עיקר אויף שמחה, וועלן ממילא אלע פראבלעמען אוועק פאלן.
אויך איז וויכטיג צו וויסן אז דאס גייט נישט אין איין טאג, מען דארף האבן סבלנות, בעטן און בעטן ביז מען איז זוכה צו פארטרייבן די עצבות ומרה שחורה.
דא האט איר די תפילה:
"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.
איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, נעם אוועק פון מיר די דעפרעסיע און שווארצע וואלקענס, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.