שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך אוועקווארפן מיינע שלעכטע געוואוינהייטן?
שמחה, תשובה, סמארטפאון, בחור, ישיבה, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 15 יעריגע בחור, איך האב געהאט זייער א שווערע עבר, מ'האט מיר אסאך פארשעמט און געשלאגן, און דאס האט מיר געמאכט פיינט האבן צו זיין א איד, איך האב נאר געטראכט אז איך וויל ווערן א גוי, איך האב זיך געקויפט א סמארטפאן און צאמגעקוקט דאס ערגסטע, און איך האב געטון עבירות ממש להכעיס צו ווייזן אז כ'בין נישט קיין איד.


דער אייבערשטער האט מיר אבער געהאלפן אז איך בין אנגעקומען צו אייערע שיעורים און דאס האט מיר ממש געטוישט מיין בליק אויפ'ן לעבן, איך האב אנגעהויבן זען אז אידישקייט איז נישט אזוי שלעכט, יעצט וויל איך שוין זיין א פשוטער ערליכער איד, אבער די אלע עבירות אין וואס איך בין שוין געווארן צוגעבינדען, מאכן מיר זייער שווער אנצוגיין, איך קען זיך ממש נישט שלאגן מיט מיין יצר הרע, אפשר קענט איר מיר מחזק זיין איך זאל קענען זיין א פשוטער ערליכער איד?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך מחזק זיין מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך, ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א מענטש וואס טוט תשובה.


וואויל איז דיר אז דו האסט אפגעלאזט דיינע שלעכטע מעשים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נח, ח): "אֵין מַכָּה בָעוֹלָם שֶׁאֵין לָהּ רְפוּאָה", אויף יעדע מכה איז דא א רפואה און אין יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס, "רְפוּאָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרַע, תְּשׁוּבָה", וואס איז דא רפואה פאר די יצר הרע? תשובה; ווען א מענטש האט געטון עבירות רחמנא לצלן איז זיין רפואה ער זאל תשובה טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


איך בעט דיר זייער, ווארף אוועק דיין סמארט-פאון; דאס איז נישט קיין גוטע זאך און עס וועט דיר נישט ברענגען קיין גוטס. ווייל אז מען קוקט שמוציגע זאכן ווערט מען אויסגעריסן אויך פון דער וועלט; דער יצר הרע רוט נישט ווי לאנג ער רייסט אויס דעם מענטש סיי פון דער וועלט און סיי פון יענע וועלט. ר' אברהם בן ר' נחמן האט געזאגט: "דער ס"מ וויל נישט צונעמען פונעם מענטש בלויז זיין רוחניות, ער וויל אים אויך צונעמען זיין גשמיות - זיין לעבן אויף די וועלט, ער וויל אים הרג'ענען אינגאנצן"; אז מען קוקט שמוץ רחמנא לצלן פארלירט מען דעם מח און אז מען האט נישט קיין מח האט מען גארנישט, פרעג איך דיר: "צו וואס דארפסטו דעם צרה?!"


איך ווייס אז עס איז זייער שווער אוועק צו ווארפן א סמארט-פאון, ווייל דאס איז ספעציעל אזוי אויסגעשטעלט צו כאפן דעם מענטש'ס מוח, עס ציט און ציט ביז מען ווערט ממש צוגעקלעבט צו דעם, מיט דעם אלעם האט א מענטש א כח צו זאגן: "איך דארף דאס מער נישט"; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר א איד וואס איז געקומען פרעגן ווי אזוי עס קען זיין אז א מענטש האט א בחירה; אויב מען איז צוגעקלעבט צו שלעכטע מעשים ווי איז שייך צו זאגן פארן מענטש: "דו האסט א בחירה?" עס איז דאך אומעגליך זיך אפצושיידן פון א געוואוינהייט וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון! האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "עס איז זייער פשוט צו פארשטיין דער ענין פון בחירה; אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט"; שרייבט ר' נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי פרעגן די קשיא: "ווי איז שייך צו זאגן אז איך האב א בחירה, ווען איך קען מיר נישט אפשיידן פון מיין געוואוינהייט וואס איך האב זיך צוגעוואוינט צו טון?" דערפאר מיינען זיי אז עס איז טאקע אומעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים.


פאלג מיר, ווארף אוועק דיין סמארט-פאון, זיי א העלד! אפילו קיינער ווייסט נישט אז דו האסט דאס, דו שפילסט אויס דיינע עלטערן און דיינע מגידי שיעורים וכו', ווייז אבער פארן אייבערשטן אז דו ווילסט זיין גוט; דער אייבערשטער בעט (שיר השירים רבה ה, ב): "פִּתְחוּ לִי פֶּתַח כְּחֻדָּהּ שֶׁל מַחַט, וַאֲנִי אֶפְתַּח לָכֶם כְּפִתְחוֹ שֶׁל אוּלָם", עפן מיר אויף א קליינע טיר אזוי ווי די שפיץ פון א נאדל און איך וועל דיר נאכדעם העלפן; אז דו וועסט אוועק ווארפן דיין פאון, דו וועסט אויפהערן קוקן די עקעלדיגע מאוויס, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד.


איך בעט דיר נאכאמאל, שטארק דיר און זיי פרייליך, דורכדעם וועסטו מצליח זיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך דער איז מצליח; זאלסט זען ארום צו גיין מיט א שמייכל א גאנצן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.