תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך ווייס אז דער ראש ישיבה גייט יעצט אנהויבן צו רעדן איבער די גרויסקייט פון פארן קיין אומאן אויף ראש ישיבה, וואס זאל איך אבער טון אז איך ווער ממש קראנק ווען איך טראכט נאר אז מיין מאן גייט מיר איבערלאזן אויף ראש השנה.
איך האב נישט וואו צו גיין אויף יום טוב, איך האב נישט קיין קרובים אדער חבר'טעס וואס זייערע מענער פארן קיין אומאן. און ביי מיינע עלטערן איז א באזונדערע מעשה, מיין מאמע היט ליידער נישט קיין שבת ויום טוב, און מיין טאטע יא, איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן וואס ס'גייט פאר ביי מיינע עלטערן אין שטוב ביי א יום טוב'דיגע סעודה. ביז יעצט בין איך סיי ווי אהינגעגאנגען, אבער יעצט אז מיין קינד שוין עלטער, און ער פארשטייט שוין, קען איך אים נישט צולאזן דאס מיטצוהאלטן. איז מיין איינציגסטע ברירה צו בלייבן אליין אינדערהיים, און פארשטייט זיך אליין אז דאס וועט מיר נישט זיין קיין שמחת יום טוב.
איך האף אז איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן, איך זאל נישט דארפן צוריק האלטן מיין מאן פון פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה.
יישר כח.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וואויל איז אייך אז איר גייט אין די וועגן פון די הייליגע תורה און איר געבט אכטונג אויף אייערע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; איר טוט זייער גוט אז איר האלט זיך צוריק פון צו גיין צו אייערע עלטערן אז אייערע קינדער זאלן נישט זען ווי די באבע היט נישט קיין שבת.
בנוגע אז איר ווילט נישט בלייבן אליינס ראש השנה וכו'; ערשטנס דארפט איר נישט בלייבן אליין, עס איז דא נאך פרויען וואס וואלטן זיך געפריידט צו האבן נאך א פרוי מיט זיך דורכאויס ראש השנה (איר קענט זיך פארבינדן אין אפיס פון די קהלה, מען וועט אייך העלפן מיט דעם פרט).
צווייטנס דארפט איר וויסן אז דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט "התבודדות"; א מענטש זאל זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, דעריבער זעט צו מתפלל זיין אז אייער מאמע תחי' זאל תשובה טון, עס זאל אריין גיין אין איר א רוח טהרה זי זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן; פון יעצט ביז ראש השנה זאלט איר מתפלל זיין אז זי זאל תשובה טון, אזוי וועט איר קענען גיין מיט אייערע קינדער צו איר.
דריטנס וויל איך אייך פרעגן, ווען עס וואלט געווארט אויף אייער מאן א שווערע משפט חס ושלום, וואלט ער זיכער ארום געלאפן צו די גרעסטע לויערס זיי בעטן אז זיי זאלן עפעס טון פאר אים, זיי זאלן אים ראטעווען, ער וואלט נישט געקוקט אויף גארנישט אין דער וועלט, גארנישט וואלט אים געקענט אפהאלטן פון פארן צום גרעסטן לויער; איר וואלט אים זיכער געזאגט: "פאר וואו דו ווילסט, צו וועם דו ווילסט, אבי דו זאלסט זיך קענען ראטעווען", ווער רעדט נאך אויב עס וואלט געווארט אויף אים טויט שטראף רחמנא לצלן, דעמאלט וואלט דאך א מענטש געטון אלעס אויף דער וועלט צו ווערן געראטעוועט.
יעצט פרעג איך אייך, עס ווארט אויף אונז אלע א גרויסן משפט, ראש השנה גייט מען אונז אלע משפט'ן; מען זאגט ביים דאווענען: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם וכו' וכו'"; אלע שרעקליכע טראגעדיעס וואס מען הערט א גאנץ יאר השם ישמרינו – אלעס ווערט אנגעשריבן ראש השנה, יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן, מענער און פרויען; יונגע קינדער בלייבן אן עלטערן ה' ירחם, אלע שפיטעלער זענען אנגעפילט מיט אידישע קינדער השם ירחם; איז דא א רבי וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן, ער קען אונז אלע מתקן זיין, ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "שֶׁעוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן פארעכטן; איז דאך זיכער אז א מענטש מיט שכל קוקט נישט אויף קיינעם, ער כאפט זיינע פעקלעך און לויפט זיך ראטעווען.
דעריבער דארפט איר זיך פרייען אז אייער מאן פארט פועל'ן ראש השנה ביים רבי'ן א גוט יאר; ער וועט אייך אהיים ברענגען ישועות אין אלע אייערע ענינים.
מיט תפילה וועט איר צוריק ברענגען אייער מאמע'ן צום אייבערשטן; תפילה איז זייער א שטארקע זאך, און וואס מען קען פועל'ן מיט תפילה קען מען נישט באקומען דורך קיין שום אנדערע וועג.
איר זאלט האבן א געזונטן זומער.