שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך האבן א תורה'דיגע שטוב, אז מיין מאן לאזט אפ כולל?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, אידישע שטוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן וויל אינגאנצן אפלאזן די כולל און גיין ארבעטן, ער איז גאר אן ערליכער מיט גאלדענע מידות, מיט א שטארקע ליבשאפט צו די תורה, אבער ער קען נישט איינזיצן צו אסאך צייט, ער דארף עפעס טון צו די זאך.


עס טוט מיר מורא'דיג וויי, מיין חלום איז געווען צו האבן א תורה'דיגע הויז, א מאן וואס זיצט און לערנט, און יעצט פיל איך ווי מיין חלום דערווייטערט זיך מער און מער, אפילו ער האט פארגעשלאגן צו גיין ביינאכט אין א כולל ערב, מיין איך אז ס'וועט זיך נישט האלטן לאנג.


וואס איז יעצט מיין תפקיד? זאל איך שטיין שטארק מיט מיר, אדער איז עס פשוט נישט מיין עסק און זאל איך זאל אים לאזן טון וואס ער וויל? ווי אזוי קען איך אים יא געבן די הרגשה צו האבן א "חשקת התורה"?


ס'וועט מיר זייער העלפן צו באקומען א תשובה, צו וויסן אז איך ארבעט נישט לויט מיין אייגענע מיינונג, און אויב ס'קען זיין וואס פריער, ווייל ס'איז אן ענין פון טעג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר ווילט און איר חלומ'ט צו האבן א שטוב פון תורה - דאס איז געוואנדן נאר אין אייך; עס האט נישט מיט אייער מאן, מען קען זיין אין כולל און נישט האבן א תורה שטוב. און פארקערט, מען קען ארבעטן, ברענגען פרנסה - און האבן א תורה שטוב, עס האט נישט צו טון מיט'ן זיין אין כולל.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין", וואס קענען פרויען טון אז זייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן? "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא וְכוּ'", מיט דעם וואס זיי שיקן די קינדער אין תלמוד תורה און ווארטן זיי אפ ווען זיי קומען אהיים; זיי לייגן אריין אין די קינדער פון קליינערהייט א ליבשאפט צו לערנען, מיט דעם זענען זיי זוכה אז די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


וויסן זאלט איר אז אלעס ווענדט זיך אין די מאמע; א פרוי וואס איר גאנצע לעבן איז תורה, זי רעדט צו אירע קינדער פון תורה, זי פריידט זיך ווען אירע קינדער לערנען, זי הייבט שטענדיג אירע קינדער מיט זייער תורה, זי שעצט תורה און זי וויל תורה - וועלן די קינדער זיין תלמידי חכמים.


אייער תפקיד איז 'זיין געטריי פאר אייער מאן, שעצן און הייבן אייער מאן ווי אזוי ער איז און ווי אזוי ער פירט זיך'; יא כולל נישט כולל, איר דארפט הייבן, שעצן און ארויפקוקן אייער מאן, דעמאלט וועט איר מצליח זיין מיט אייערע קינדער.


דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן פא): "מַאגִינֶט סְגֻלָּה לְבָנִים", האלטן מיט זיך א מאגנעט איז מסוגל פאר קינדער; מען קען זאגן נאך א פשט, אז מאן און ווייב לעבן אינאיינעם מיט א שטארקע נאנטשאפט אזוי ווי א מאגנעט וואס ציט צו זיך - דאס איז מסוגל פאר קינדער; קינדער וואקסן אויף געזונט ווען די עלטערן האבן אין זיך מאגנעט, אויב מען זוכט חסרונות איינער ביים צווייטן, מען קריגט זיך און מען שעלט זיך - דעמאלט קען מען נישט מגדל זיין קיין קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן צג): "אִישׁ וְאִשְׁתּוֹ שֶׁהֵם מְקַלְּלִים אֶת עַצְמָם, אֵין מְגַדְּלִין אֶת בְּנֵיהֶם", מאן און ווייב וואס שעלטן זיך איינער דעם צווייטן - וועלן נישט אויפציען זייערע קינדער.


איר זאלט ווייטער מכבד זיין אייער מאן אפילו ער גייט ארבעטן וכו'; איר מעגט אים זאגן ווי שטארק איר האט ליב ווען ער לערנט, אז ער האט א שיעור אין תורה און אז ער האט שייכות מיט אן ערליכן איד וכו', אבער איר זאלט אים ווייטער שעצן אפילו ער גייט ארבעטן.


גוטע קינדער, ערליכע קינדער און תורה'דיגע קינדער איז נישט א זאך וואס מען באקומט גרינגערהייט, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, בפרט ווען מען צינדט די שבת ליכט דארף מען אסאך בעטן אויף דעם.


דא האט איר א תפילה וואס צו בעטן ביי די שבת ליכט:


"הייליגער באשעפער, איך בעט דיר זייער, געב מיר ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה, קינדער וואס וועלן גיין אין די וועגן פון די תורה.


מיין גאנצע שטרעבן איז אז מיינע קינדער און אייניקלעך זאלן גיין אין די וועג פון די תורה, זיי זאלן זיין דבוק צו דיר און צו די צדיקים; העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו דעם, העלף מיר איך זאל האבן נחת פון זיי; זיי זאלן אלע חתונה האבן יונגערהייט און זיי זאלן אלע האבן א שיין לעבן.


הייליגער באשעפער איך דארף גארנישט אין מיין לעבן - נאר ערליכע קינדער; איך געב אלעס אוועק אבי מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, תלמידי חכמים. איך בעט דיר טאטע זיסער, העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיין כבוד וועגן, בפרט רבינו נחמן בן פיגא און רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותם יגן עלינו".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.