תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א יונגער בחור, איך לערן ב"ה אין א גוטע ישיבה, און איך הער אסאך די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן. יישר כח.
איך האב א פראבלעם וואס שטערט מיר זייער שטארק. מיין טאטע איז א גרויסער ביזנעס מאן, און ער איז זייער פארנומען און איבערגעשטרענגט כסדר. אסאך מאל ווען ער קומט אהיים שרייעט ער אויף מיר קולות וברקים, און אסאך מען רעדט ער יא זייער שיין צו מיר, ער נעמט מיר ארום און שמועסט שיין מיר מיר, אבער נאכדעם איז ווידער צוריק צום שרייען, ער שרייעט ווייטער מיט קולות וברקים אויף מיר. און אזוי גייט עס אלץ אהין און צוריק.
איך שפיר אז איך ווער ממש צעריסן פון דעם, און בעט דעם ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק צו זיין און זאגן וואס איך דארף צו טון.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איין זאך בעט איך דיר, זאלסט קיינמאל נישט ענטפערן מיט חוצפה פאר דיינע עלטערן ווען זיי שרייען אויף דיר; עס איז א גרויסע עבירה אויב מען איז זיך מתחצף פאר די עלטערן און מען באקומט אויף דעם א גרויסער עונש השם ישמרינו. עס איז נישט קיין חילוק ווער עס איז גערעכט, אפילו דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט טאר מען נישט צוריק ענטפערן פאר טאטע מאמע.
בנוגע דיין טאטע וואס שרייט אויף דיר וכו' און דו שפירסט ממש ווי דו ווערסט צעריסן פון דעם; נעם נישט פערזענליך ווען איינער שרייט אויף דיר וועט דיר עס נישט אזוי וויי טון. דער עיקר פון וואס דו ווערסט צעריסן ווען מען שרייט אויף דיר איז ווייל דו נעמסט עס פערזענליך און דו מיינסט אז דאס איז דיין פראבלעם, יעדעס מאל ער שרייט אויף דיר ווערסטו פון דעם אראפגעקלאפט, ער מאכט דיר שפירן ווי דו ביסט א פעלער וכו'. אבער אז דו וועסט אריין נעמען ביי דיר אין קאפ אז דו ביסט נישט שולדיג, נאר וויבאלד דיין טאטע איז פשוט איבער געשטרענגט וכו' שרייט ער און באזידלט דיר, וועט דאס דיר בכלל נישט שטערן.
איך ווייס פון א ברסלב'ער חסיד וואס האט אסאך מחלוקת, יש דורשין אותו לשבח ויש דורשין אותו לגנאי, טייל מענטשן רימען אים כסדר און א טייל שפעטן פון אים, זאגט דער ברסלב'ער חסיד שטענדיג: "ווען מענטשן רימען מיר ווער איך נישט נתפעל דערפון כדאי אז ווען מען וועט לאכן פון מיר זאל מיר דאס נישט צעברעכן". "איך ווייס קלאר - זאגט דער ברסלב'ער חסיד – אז די וואס שרייען און צעקלאפן א צווייטן איז דאס זייער אייגענע חסרון, זיי דארפן נאך אביסל אויסארבעטן זייערע מידות, און ווידעראום די וואס רעדן שיין און קאמפלימענטן איז דאס איז זייער אייגענע מעלה", זיין גאנצע חיות איז פונעם אייבערשטן און איז נישט געבויעט אויף מענטשן; פרוביר אויס דעם וועג וועסטו לעבן פרייליך און צופרידן, דו וועסט נישט ווערן צעבראכן פון קיינעם אויף די וועלט.
נעם אריין אין זיך די אמונה און חזר זיך א גאנצן טאג די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", זינג עס מיט'ן ניגון, זינג עס אויף דיין שפראך, אויף אידיש: "אלעס איז דער אייבערשטער; עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה, מזל, נאר אלעס איז ער; קיינער קען גארנישט טון אן דעם וואס דער אייבערשטער זאל אזוי באפעלן", דורכדעם וועט דיר זיין גרינגער דאס לעבן.
נאכאמאל בעט איך דיר און איך ווארן דיר, זאלסט קיינמאל נישט ענטפערן פאר דיינע עלטערן מיט חוצפה, אפילו זיי זענען נישט גערעכט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.