תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען א מענטש טוט עבירות, אפילו ער טוט תשובה, בלייבט נאך איבער שלעכטע זאכן אין אים פון די עבירות, אזוי ווי ווען א מענטש הערט אויף רויכערען, בלייבט נאך איבער די סימנים אויף זיינע לונגען. און דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט געזאגט אז די איינציגסטע עצה צו רייניגן די נשמה אינגאנצן איז נאר דורכ'ן לערנען תורה.
איז מיין שאלה וואס קען א פרוי טון אפצואוואשן די פלעקן פון די נשמה? א פרוי לערנט דאך נישט קיין תורה?
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תשובה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "רַבִּי מֵאִיר אוֹמֵר: גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה - שֶׁבִּשְׁבִיל יָחִיד שֶׁעָשָֹה תְּשׁוּבָה מוֹחֲלִין לְכָל הָעוֹלָם כּוּלוֹ", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווען א מענטש טוט תשובה איז מען מוחל פאר אים און פאר די גאנצע וועלט.
ווען א מענטש זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע שלעכטע מעשים. זיי מיר מוחל אויף ... וואס איך האב געטון; איך זאג דיר צו אז איך גיי עס מער נישט טון. איך האב עס נישט געטון פון מיין אייגענע ווילן, נאר איך האב אזא גרויסער יצר הרע וואס ברענט אין מיר, און ווארפט מיר אראפ אין עקלדיגע מעשים. טאטע זיסער, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר אז איך זאל נישט טון קיין נארישקייטן, העלף מיר אז איך זאל זיין פרייליך און נישט נאכלויפן קיין שלעכטע מעשים", איז מען אים מוחל און מען איז מוחל פאר יעדן איינעם.
אזוי זאלט איר רעדן צום אייבערשטן; איר זאלט אים דערציילן אלעס וואס איז אריבער אויף אייך.
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך; אז עס רעדט זיך בעסער אין אידיש זאל מען רעדן צום אייבערשטן אין אידיש, אז עס רעדט זיך בעסער אין ענגליש זאל מען רעדן אין ענגליש - יעדער איינער אויף זיין שפראך, איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלעס.
ווי מער א מענטש רעדט צום אייבערשטן ווערט ביי אים שטערקער זיין אמונה, און איינמאל אז מען האט אמונה איז מען זוכה אז דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלע עבירות. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", אז מען האט אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות.
ביי פרויען איז נישט שייך לימוד התורה, ווייל א פרוי איז פטור פון לערנען תורה, וואס איז יא שייך ביי פרויען? אויפציען ערליכע דורות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה פרעגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" די פרויען לערנען דאך נישט קיין תורה, אויף וואס גייען זיי באקומען שכר? ענטפערט די גמרא: "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא, וּבְאַתְנוּיֵי גַבְרַיְיהוּ בֵּי רַבָּנָן, וְנָטְרָין לְגַבְרַיְיהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנָן", מיט דעם וואס זיי טראגן די קינדער אין חדר און מיט דעם וואס זיי ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון לערנען די הייליגע תורה אויף דעם וועלן זיי באקומען שכר; א פרוי וואס ציט אויף אירע קינדער לתורה ולמעשים טובים איז דאס אזוי ווי זי אליינס לערנט און דאס איז איר זכות.
דערפאר, אז איר ווילט פאררעכטן אייערע מעשים, זאלט איר מחנך זיין אייערע קינדער לתורה ולמעשים טובים.