תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
די שיעורים מאכן מיר ליכטיג מיין לעבן, איך בין ברוך ה' ממשיך זיך מחזק צו זיין מיטן רבינ'ס עצות.
עס קומט מיר צומאל אריין א קנאה צו די פרייע וואס זענען ווייט פון אידישקייט, אזוי ווי זיי זענען גארנישט מחיוב צו טון, און אלעס איז גוט; און איך, נאר ווייל איך בין געבוירן אין אן ערליכע שטוב, מוז איך האלטן אלע מצוות פון תורה, איך שפיר נישט אזוי דעם "אשרינו מה טוב חלקינו". וואס טוט מען מיט די סארט געפילן?
אויך האב איך געוואלט פרעגן וועגן מיין מלומדות, פון ווען איך האב באקומען די בריוו ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די קינדער אין קלאס, און איך האב אנגעהויבן פרובירן עס מקיים צו זיין, איז דער מצב געווארן פיל בעסער, פון דעסט וועגן דארף איך אבער נאך אסאך חיזוק ליב צו האבן די תלמידים, האבן סבלנות און געדולד צו זיין, ספעציעל אז באלד הויבט מען שוין דעם נייעם זמן, און איך וויל אנהויבן מיט'ן רעכטן פוס.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
זיי מיר מוחל, איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר; ווי קענסטו זיין א מלמד פאר קינדער ווען דו אליינס דארפסט צוריקגיין אין חדר לערנען וואס איז א איד, וואס איז תורה, וואס איז מצוות; ווי קען מען זיין א מלמד ווען מען ווייסט נישט דאס זיסקייט פון זיין א איד, דאס זיסקייט פון טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן?!
ווען מען זעט אידישע קינדער זענען נעבעך ווייט פון אידישקייט, וואס איז שייך מקנא צו זיין? אז זייערע רמ"ח אברים און שס"ה גידים זענען צעבראכן? וואס איז דא קנאה אז זיי זענען ווייט פונעם אייבערשטן? זיי טוען וואס זיי ווילן?!
אז דו ביסט א מלמד, דו ביסט צוגעוואוינט זיך אראפצולאזן צו די קינדער און זיי גוט פארשטיין געבן, וועל איך דיר ענטעפרן די פראגע אזוי ווי מען ענטפערט פאר קינדער, א גוטער מלמד לאזט זיך אראפ צו די קינדער, ער ענטפערט זייערע שאלות שיין, קלאר און געלאסן.
ויהי היום, דער מלמד קומט אריין אין כתה און זאגט פאר זיינע תלמידים: "איך צייל ביז דריי, איך וויל זען ווי אלע קינדער קומען דא אהער, איינס, צוויי, דריי!" אלע קינדער קומען צו לויפן, אלע ווילן אריינגיין אין די גורל, אלע ווילן באקומען די פרסים, ביי דריי שטייען זיי שוין גרייט, אבער איין קינד קומט נישט, נעבעך, ער קען נישט גיין, ער האט נישט קיין פיס, ער האט געהאט א שווערע מחלה, מען האט אים לא עלינו אראפגענומען די פיס; ער זיצט אין די זייט אין א וועגעלע, ער איז אנדערש פון אלע קינדער. מיט אים פירט זיך דער מלמד גאר אנדערש, ער גייט אריין אין די גורל אפילו ער קומט נישט, ווען אלע קינדער דארפן רוימען די כתה בלייבט ער אויף זיין פלאץ, ער דארף נישט רוימען, ער ווערט באלוינט אפילו ער העלפט נישט רייניגן; ער קען נעבעך נישט העלפן, ער איז א קאליקער לא עלינו.
דער מלמד פרעגט: "קינדער, איר זענט מקנא דעם קינד?" אלע קינדער זאגן אז זיי זענען נישט מקנא דעם קינד. דער מלמד פרעגט ווייטער: "איך וויל אייך פרעגן, פארוואס זענט איר נישט מקנא דעם קינד?! ער דארף נישט פאלגן און ער גייט אלץ אריין אינעם גורל אפילו ער איז נישט אין צייט, אפילו ער העלפט נישט רוימען, פארוואס זענט איר אים נישט מקנא?! קינדער, איר ווייסט אז די שטאט צאלט געלט פאר די אלע מענטשן, זיי דארפן נישט ארבעטן, זיי באקומען אלעס אומזיסט, איר זענט זיי נאכאלץ נישט מקנא? די מענטשן קענען שטעלן זייער קאר אין פלעצער וואו אנדערע קענען נישט, זיי האבן אסאך בענעפיטן, איר זענט נאך אלץ נישט מקנא?!"
די קינדער פארשטייען נישט די קשיא, וואס איז שייך צו מקנא זיין א מענטש אן פיס? וואס איז שייך צו מקנא זיין א מענטש וואס איז נישט געזונט? ווער איז אינטערעסירט אין געלט אדער אין קענען שטעלן א קאר דא און דארט, ווער דארף דאס?! די קינדער שרייען אויס: "יישר כח אייבערשטער מיר זענען געזונט!" זיי שרייען אויס א תפילה צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף אלע קראנקע! אלע זאלן זיין געזונט ברמ"ח אברים ושס"ה גידים!" די קינדער קוקן אויפ'ן קינד מיט רחמנות, זיי האלטן זיך איין פון וויינען פאר זיי, איין קינד קען נישט איינהאלטן זיינע טרערן, ער גייט אין די זייט און פלאצט אויס אין א געוויין פאר זיין חבר וואס האט נישט קיין פיס; א צווייטער קינד שטיקט זיך מיט טרערן.
ווען מען זעט אידישע קינדער זענען ווייט פון דרך התורה, איז דאס די גרעסטע רחמנות אויף די וועלט. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ז): "כִּי עִקָּר הָרַחֲמָנוּת הוּא כְּשֶׁיִּשְֹרָאֵל עַם קָדוֹשׁ נוֹפְלִין, חַס וְשָׁלוֹם, בַּעֲווֹנוֹת, רַחֲמָנָא לִצְלָן", דער עיקר רחמנות איז ווען אידישע קינדער פאלן אראפ אין עבירות רחמנא לצלן, "כִּי זֶהוּ הָרַחֲמָנוּת הַגָּדוֹל מִכָּל מִינֵי רַחֲמָנוּת", דאס איז דער גרעסטער רחמנות אויף די וועלט; די אלע אידן וואס מען האט פון זיי אויסגעריסן די אמונה, שוין אפאר דורות וואס זיי זענען ווייט פון די תורה - דאס איז נישט א גוטע זאך, דאס איז די גרעסטע רחמנות.
מלמדים דארפן אריינלייגן אין די קינדער אז תורה און מצות איז א גוטע זאך; ווער עס לערנט תורה, ווער עס גייט בדרך התורה - דער האט א לעבן, נאר דאס איז לעבן; טון די ווילן פונעם אייבערשטן איז נישט קיין קנס, טון די ווילן פונעם אייבערשטן איז נישט אן אפקומעניש; דאס איז גוט, דאס איז די בעסטע זאך אויף די וועלט.
אידישע קינדער האבן מצוות; מיר קענען נישט עסן אלעס, מיר קענען נישט טון אלעס, ווייל מיר זענען אזוי ווי דער קראנקער מענטש וואס דער דאקטער זעט נאך אין אים א האפענונג. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא שמיני, ו) א דאקטער איז געקומען היילן צוויי קראנקע מענטשן, דער דאקטער האט געזען דעם ערשטן חולה אז ער איז אין א סכנה, האט דער דאקטער געזאגט: "תְּנוּ לוֹ כָּל מַאֲכָל שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ", געבט אים צו עסן אלעס וואס ער בעט, "רָאָה הָאֶחָד שֶׁעָתִיד לִחְיוֹת", דער דאקטער האט געזען דער צווייטער קראנקער אז ער קען נאך לעבן, האט דער דאקטער געזאגט: "כָּךְ וְכָךְ מַאֲכָל יֹאכַל וְכָךְ וְכָךְ לֹא יֹאכַל", געבט אכטונג אויף אים, געבט אים נישט די און די עסן, נאר פון די עסן מעג ער האבן, האט מען געפרעגט דעם דאקטער: "מַה זֶּה, לָזֶה אַתָּה אוֹמֵר יֹאכַל כָּל מַאֲכָל שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ, וְלָאַחֵר אָמַרְתָּ לֹא יֹאכַל כָּךְ וְכָךְ", וואס איז דאס? איינעם זאגסטו ער קען עסן אלע עסן און דער צווייטער מעג נאר עסן דאס און דאס?! האט דער דאקטער געענטפערט, דער וועט בלייבן לעבן, דערפאר דארף מען אכטונג געבן אויף אים, ווידער דער ערשטער גייט סיי ווי שטארבן, זאל ער עסן וואס ער וויל, ער קען דאך סיי ווי נישט לעבן, "כָךְ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הִתִּיר לַגּוֹיִם הַשְּׁקָצִים וְהָרְמָשִׂים", אזוי אויך האט דער אייבערשטער געזאגט, פאר די אומות העולם האב איך מתיר געווען זיי זאלן עסן די אלע ווערים און קריכעדיגע באשעפענישן, "אֲבָל יִשְׂרָאֵל שֶׁהֵם לְחַיִּים", אבער די אידן וואס זיי בלייבן לעבן, זיי זאג איך: "וִהְיִיתֶם קְדֹשִׁים כִּי קָדוֹשׁ אָנִי, אַל תְּשַׁקְּצוּ אֶת נַפְשׁוֹתֵיכֶם, אֶת זֶה תֹּאכְלוּ, וְאֶת זֶה לֹא תֹּאכֵלוּ, לֹא תִּטַּמְּאוּ בָּהֶם וְנִטְמֵתֶם בָּם", זיי זאלן נישט עסן די אלע נישט כשר'ע זאכן, "לָמָּה", פארוואס? "שֶׁהֵם לְחַיִּים, שֶׁנֶּאֱמַר: וְאַתֶּם הַדְּבֵקִים בַּה' אֱלֹקֵיכֶם חַיִּים כֻּלְּכֶם הַיּוֹם".
לייג אריין אין די קינדער אמונה; לערן זיי אויס זיי זאלן גיין התבודדות, זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - אלץ מער הייבט מען אן שפירן דאס זיסקייט פון זיין א איד. לערן זיי אויס זיי זאלן דאנקען דעם אייבערשטן; ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט זייער גוט און זיס, מען הייבט אן שפירן א טעם פון גן עדן.
דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כִּי זֶה עִקָּר שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא, לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לִשְׁמוֹ הַגָּדוֹל יִתְבָּרַךְ וּלְהַכִּיר אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", דאס איז דער תענוג פון עולם הבא - צו דאנקען דעם אייבערשטן און אים צו לויבן, וויסן אז אלעס איז ער און ער איז אלעס, "שֶׁעַל יְדֵי זֶה סְמוּכִים וּקְרוֹבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי איז מען נאנט צום אייבערשטן, "כִּי כָּל מַה שֶּׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווייל ווי מער מען ווייסט אז אלעס אלעס איז נאר דער אייבערשטער אליין, "סְמוּכִים אֵלָיו בְּיוֹתֵר", איז מען נענטער צו אים.
אויך זאלסטו גיין התבודדות; בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך אין דיין וועג, ער זאל דיר העלפן דו זאלסט האבן גאר א שטארקע אמונה אין אים, דו זאלסט שפירן א טעם אין די תורה און מצות, דעמאלט וועסטו צוקומען אז דו וועסט שוין נישט וועלן קיין שכר, דו וועסט וועלן וואס די הייליגע חכמים זאגן (אבות ד, ב): "שְּׂכַר מִצְוָה, מִצְוָה", אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה) ווען מען טוט מצוות מיט שמחה, מען פריידט זיך מיט די מצוה אליינס: "עַד שֶׁאֵין רוֹצֶה בְּשׁוּם שְֹכַר עוֹלָם הַבָּא", ביז מען דארף שוין נישט קיין שום שכר, "אֶלָּא הוּא רוֹצֶה שֶׁיַּזְמִין לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִצְוָה אַחֶרֶת בִּשְֹכַר מִצְוָה זֹאת", נאר די גרעסטע שכר איז אז ער זאל קענען טון נאך מצוות, ער ווארט דער אייבערשטער זאל אים געבן נאך מצוות, "כִּי הוּא נֶהֱנֶה מֵהַמִּצְוָה בְּעַצְמָהּ", ער האט הנאה פון די מצוה אליינס; דורך התבודדות און תפילה קען מען זוכה זיין צוצוקומען צו דעם, מען זאל הנאה האבן פון זיין א איד, מען זאל זיך שפירן אזוי גליקליך מיט תורה און מצוות; עס זאל אנגיין פארוואס אנדערע האבן דאס נישט, ביז מען וועט גיין הפצה, זיי אויך געבן צו שפירן פון דעם טעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידים.