תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האלט שוין ברוך ה' אינמיטן חתונה מאכן די קינדער, איך האב ברוך ה' פרנסה צו לעבן בהרחבה, ווען עס קומט אבער צו חתונה מאכן איז מיר זייער שווער און איך שטופ קוים אדורך די הוצאות.
עס טוט מיר אבער וויי אן אנדערע זאך, איך האב אן עלטערער ברודער, א גרויסער עושר, און אלע שידוכים וואס ער האט געטון האט ער באצאלט אסאך געלט צו באקומען די בעסטע שידוכים תלמידי חכמים פון די חשובסטע משפחות, און אויך באצאלט ער פאר זיינע איידימער צו בלייבן זיצן און לערנען, אין ווען איך זע ווי ער האט אזעלכע חשובע איידימער אין איך האב געדארפט טון זייער פשוטע שידוכים ווייל איך האב נישט די געלט צו באצאלן פאר טייערע שדכנים און פאר איידימער צו זיצן און לערנען, טוט עס מיר זייער וויי.
הגם געווענליך בין איך נישט א מענטש וואס קוקט אויף אנדערע און איך בין צופרידן מיט וואס איך האב, אבער מיט דעם קען איך זיך נישט קיין עצה געבן און איך טראכט גאנצע נעכט פון דעם. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה קען מיך אויסקלארן און מחזק זיין.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ה' פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
די הייליגע חכמים זאגן פארקערט, (נדרים פא.): "הזהרו בבני עניים", געבט אכטונג אויף קינדער פון ארעמעלייט, "שמהן תצא תורה", ווייל פון זיי קומט ארויס תורה, ווייל זיי האלטן זיך קליין, תורה האלט זיך נאר אין א נידריגע פלאץ.
אזוי אויך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (תענית ז.): "למה נמשלו דברי תורה למים", פארוואס איז די תורה צוגעגליכן צו וואסער? עס שטייט (ישעיה נה, א): "הוֹי כָּל צָמֵא לְכוּ לַמַּיִם", "לומר לך", אונז צו לערנען, "מה מים מניחין מקום גבוה והולכין למקום נמוך", אזוי ווי וואסער וועט אוועק רינען פון א הויכע פלאץ, עס רינט ביז די נידריגע פלאץ, "אף דברי תורה אין מתקיימין אלא במי שדעתו שפלה", אזוי אויך האלט זיך נישט קיין תורה ביי בעלי גאווה, נאר ביי קליינע לייט.
אז דו ווילסט האבן ערליכע קינדער, קינדער וואס לערנען, קינדער וואס דינען דעם אייבערשטן - זאלסטו מכבד זיין תלמידי חכמים און ליב האבן תלמידי חכמים.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב תלמידי חכמים, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", וועלן זיינע קינדער זיין תלמידי חכמים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", און דער וואס איז מכבד תלמידי חכמים, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועלן זיינע איידעמער זיין תלמידי חכמים, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", און דער וואס האט הכנעה פאר תלמידי חכמים, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א תלמיד חכם, "וְאִי לָאו בַּר הָכֵי הוּא, מִשְׁתַּמְעָן מִילֵיהּ כְּצוּרְבָא מֵרַבָּנָן", און אפילו ער איז נישט קיין גרויסער פארשטייער וועט מען אננעמען זיינע ווערטער אזוי ווי מען הערט אויס די ווערטער פון תלמידי חכמים.
קינדער ווילן טון און וועלן טון וואס איז חשוב ביי זייערע עלטערן; אז די עלטערן טראכטן טאג און נאכט פון געלט - וועלן די קינדער נאך גיין נאך געלט, זיי וועלן נישט לערנען און נישט דאווענען, זיי וועלן עוסק זיין נאר אין געלט, ווידער קינדער וואס זעען די עלטערן האבן ליב ערליכע אידן, זיי רעדן מיט דרך ארץ פון ערליכע אידן, זיי זענען מכבד ערליכע אידן - וועלן זיי ווערן ערליכע אידן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.