תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיר טוען וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אונז געזאגט צו עסן די סעודות שבת אינדערהיים, איך גיי יא יעדע וואך ארויף צו מיין מאמע, צו מיין שוויגער, און צו די באבעס, אבער די סעודות עסן מיר יא אינדערהיים.
די וואך שבת האבן מיר געגעסן די סעודה אינדערהיים, און נאך די סעודה זענען מיר געגאנגען מיט די קינדער צו מיין שוויגער, עס איז געווען דארט א גרויסע איבערקערעניש, און יעדער האט זיך זייער געפריידט אז מיר זענען געקומען, עס איז געווען זייער גוט.
ווען איך אבער אהיימגעקומען האב איך נישט געקענט אויפהערן טראכטן פון דעם, איך בין אזוי צוגעוואוינט און איך האב אזוי שטארק ליב צו זיין א חלק פון די משפחה, צו רעדן און שמועסן מיט יעדן, מאכן פרייליך, מאכן א געשמאקע שטימונג, און פלוצלינג שפיר איך זיך אזוי אויסגעשלאסן, ווי א פינפטע אדער זיבעטע קאזין. אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל אויסקלארן אויב מיר טוען טאקע ריכטיג? און אויך אויב איז דאס א כלל אז מען גייט קיינמאל נישט עסן שבת סעודות ביי די עלטערן, אדער פון צייט צו צייט גיין מען יא?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... תחי'
בדרך כלל א פארפאלק וואס האט נאכנישט קינדער, און אויך ווען מען האט גאר קליינע קינדער - גייט מען צו עלטערן עסן סעודות שבת, און שפעטער ווען די משפחה ווערט גרעסער, די קינדער ווערן עלטער - בלייבט מען אין שטוב, מען מאכט א סעודה אין שטוב - טאטע מאמע מיט די קינדער, דעמאלט איז נישט קיין צייט צו גיין צו עלטערן, ווייל נאר אין שטוב קען מען געבן פאר די קינדער ווארעמקייט און ליבשאפט, שבת אין שטוב איז א גן עדן פאר די קינדער; דער טאטע זיצט אויבן אן, די מאמע זיצט אנטקעגן, מיט די קינדער ביי די זייטן; מען זינגט, מען שמועסט שיין, מען לערנט די קינדער שיינע זאכן, עס האט אלע טעמים; אבער אז מען גייט צו עלטערן מיט נאך געשוויסטער - באקומען נישט די קינדער די חינוך פון די עלטערן.
זייער גוט טוט איר אז איר מאכט שבת אין שטוב, איר אנטלויפט נישט שבתים צו די עלטערן, מען רעדט נישט דא ווען די עלטערן שפירן אז זיי דארפן האבן פאר זייער געזונט אוועק צו גיין א שבת וכו'; אז עלטערן דארפן א וואקאציע, זיי ווילן זיך אפרוען - איז עפעס אנדערש, ביי דעם איז געזאגט געווארן (שבת קנא:): "חַלֵּל עָלָיו שַׁבָּת אֶחָד", מען געבט אוועק א שבת, "כְּדֵי שֶׁיִּשְׁמֹר שַׁבָּתוֹת הַרְבֵּה", כדי צו קענען מקיים זיין הרבה שבתות, צו קענען זיין א געזונטע טאטע, א געזונטע מאמע; מען רעדט פון די סארט משפחות וואס וואקסן נישט אויף, מען בלייבט א גאנץ לעבן ביי די עלטערן, אלע קינדער און אייניקלעך קומען שבתים צו די עלטערן, דאס איז נישט ריכטיג; די קינדער באקומען נישט וואס זיי קענען באקומען אין שטוב.
אויך דארף מען וויסן אז כיבוד אב און כיבוד אם פאר א מאמע - איז מחנך זיין די קינדער און זיין א מאמע אין שטוב, דאס אוועקגיין פון שטוב שבת, איבערלאזן די קינדער - דאס איז נישט כיבוד אב און נישט כיבוד אם, און ווען א שוואגער אדער שוועגערין דרייען אן די משפחה אוועק צו פארן אויף א שבת ווייל פאר זיי איז אומעטיג אין שטוב - מיינט נישט אז מען דארף גיין, און אז די שוואגער און שוועגערין שרייען: "כיבוד אב! כיבוד אם!" דארף מען נישט ווערן שוואך, מען דארף געדענקען אז כיבוד אב ואם פאר א פרוי, א מאמע פון קינדער איז איין זאך: אויפציען אן ערליכע געזונטע שטוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.