שאלה אין קורצן ענין
#1 - וויפיל צייט זאל איך אוועקגעבן פאר די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה?
תפילה והתבודדות, שאלות, כוונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס איר געבט יעדן טאג, מיט אזא התחזקות וואס איך האב קיינמאל נישט געהאט אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, אזוי ווי די הלכה איז דאך אז ביי די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה מוז מען אינזין האבן, דערפאר האב איך אסאך נערווען ביי די כוונות, איך קען אמאל בלייבן שטעקן ביי די ערשטע ברכה ביז צען מינוט נאכדעם וואס מ'האט שוין געענדיגט דאווענען. וואס דארף איך טון? זאל איך ווארטן ביז איך האב די ריכטיגע כוונות? אדער קען איך גיין ווייטער אן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קכ) ווען מען דאווענט זאל מען אינזין האבן בלויז די טייטש, נישט זוכן אריין צו לייגן אלע כוונות; אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב האט געזאגט: "נאך אלע מיינע כוונות און השגות וואס איך האב זוכה געווען צו וויסן און צו דערגרייכן - דאווען איך ווי א נאר, אזוי ווי א קינד אן קיין שום חכמות, איך דאווען מיט די פירוש המילות, מיט עברי טייטש".


אז מען געוואוינט זיך איין, מען האט אינזין די טייטש - שפירט מען ביים דאווענען א שטארקע געפיל; מען הייבט אן שפירן ווי מען רעדט יעצט צום אייבערשטן. דאס ברענגט א שטארקע ברען, מען הייבט אן דאווענען מיט א געשמאק.


דערפאר אז דו מוטשעסט זיך, דו קענסט נישט אינזין האבן דאס דאווענען - זאלסטו אפלאזן אלע זייטיגע זאכן, זאלסט דאווענען פשוט אזוי ווי א קינד דאווענט. דו טראכט נאר פון די פירוש המילות - וועט דיר דאס זיין זייער גרינג, ווען דו זאגסט "בָּרוּךְ אַתָּה ה'", טראכט די טייטש: געלויבט ביסטו אייבערשטער, "אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ", אונזער באשעפער און דער באשעפער פון אונזערע עלטערן, "אֱלֹקֵי אַבְרָהָם", דער באשעפער פון אברהם אבינו, און אזוי ווייטער.


דאווען פשוט עברי מיט טייטש, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס איז געקומען פרעגן ווי אזוי ער זאל אינזין האבן ווען ער זאגט ארויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען, האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תיד): "וּמַה חָסֵר לְּךָ כִּפְשׁוּטוֹ", וואס איז שלעכט אינזין צו האבן 'גאט'? אז מען זאגט ארויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען, פון דעם אליינס דארף שוין ציטערן דער גאנצער מענטש.


אויב דו וועסט דאווענען אויף דעם וועג, בתמימות ובפשיטות; דו וועסט נישט זוכן כוונות מיט שמות וכו' וכו', דו וועסט טראכטן פון די פירוש המילות - וועסטו דאווענען מיט א זיסקייט, מיט געשמאק; דו וועסט נישט האבן די פראבלעם פון שטיין ביי די ווערטער וכו', עס וועט זיך דאווענען געשמאק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.