שאלה אין קורצן ענין
#3 - וואס זענען די כוונות ביים מצוה טאנץ?
חתונה, תודה והודאה, כוונות, טאנצן, מצוה טאנץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


קודם כל וויל איך וואונטשן א מזל טוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר'ן ניי געבוירענעם אינגעלע, דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע קינדער, צוזאמען מיט די משפחה.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאך איך חתונה א טאכטער מארגן ברוך ה', איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען שרייבן וואס איז דער ענין פון מצוה טאנץ, און וואס מען דארף אינזין האבן בשעת'ן טאנצן מצוה טאנץ.


יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו, איך ווארט שוין זייער דער ראש ישיבה שליט"א זאל קומען קיין ארץ ישראל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


עס איז דא וואס ביים טאנצן מצוה טאנץ זענען זיי מכוון די שם שד"י, זיי טאנצן אהער און אהין לויט די פארעם פונעם אות ש', נאכדעם אות ד' און אות י', מוהרא"ש פלעגט אזוי טאנצן מצוה טאנץ, אויך איז דא וואס זענען מכוון אנדערע שמות.


דער עיקר זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז די ביסט זוכה חתונה צו מאכן א קינד, דאס איז דאך די גרעסטע זאך, אז מען איז זוכה צו זען ווי די קינדער האבן חתונה און גייען אין די תורה וועג און גייען ברענגען ערליכע דורות. זאלסטו ביים טאנצן זיך פרייען, טאנץ פרייליך, מאך נישט נאך די אלע וואס וויינען ביים טאנצן, טאנץ מיט שמחה, אזוי ווי ברסלב'ע חסידים וואס טאנצן מיט שמחה. אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט (מקור השמחה, אות פב), אמאל נאכן טאנצן אין אומאן האט רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה געזאגט: "איך האב שוין געזען ערנסטע טאנצן, אבער פרייליכע טאנצן האב איך נאכנישט געזען", ער האט זיי געוואלט מרמז זיין אז מען זאל טאנצן מיט שמחה, מיט פרייליכקייט, נישט מיט ערנסטקייט, ווייל דער רבי האט געוואלט מען זאל זיין נאר פרייליך, פארקערט ווי די וועלט מיינט, אז ווי מער ערנסט און וואס מער מרה שחורה - איז מען מער דערהויבן. אזוי ווי מוהרא"ש ברענגט (שם, אות סו), אז רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "די וועלט מיינט אז צו זיין א צדיק דארף מען האבן ט' קבין מרה שחורה און צו זיין א ל"ו צדיק דארף מען זיי א וואסער טרעגער, עס איז נישט אזוי, נאר מען קען זיין א פרייליכער לעבעדיגער מענטש און זיין א צדיק, און אויך קען מען זיין א בעל הבית'ישער איד און אן עושר אזוי ווי ר' בערניו (דעם רבינ'ס אייניקל), און זיין דבוק צום אייבערשטן און זיין א ל"ו צדיק".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי רעכנט מען אויס די ווערטער אין סידור?
דאווענען, פירושים, כוונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן די סידור "עת רצון", די פירוש וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויפ'ן סידור, איך וויל פארשטיין וואס מוהרא"ש שרייבט דארט ביי ברכת התורה, "ואחר כך באמרך ברכת 'והערב נא'", נאכדעם, ווען דו זאגסט די ברכה פון והערב נא, "תכון שיש בברכה זו ל"ב תבות כנגד ל"ב שבילין שבחכמה העליונה" וכן התורה נדרשת בל"ב מידות", זאל מען אינזין האבן אז די ברכה האט צוויי און דרייסיג ווערטער און אויף וואס דאס איז מרמז, וויל איך פרעגן ווי אזוי רעכנט מען אויס אנצוקומען צו די מספר צוויי און דרייסיג, לויט די נוסח וואס איז אין די סידור עת רצון קומט אויס די חשבון צו פיר און דרייסיג ווערטער.


אויך ביי מזמור לתודה זאגט מוהרא"ש, "ויש במזמור זה מ"ג תיבות", אז די קאפיטל האט דריי און פערציג ווערטער, אבער ביים סוף פירט מוהרא"ש אויס, "וכן יש במזמור זה מ"א תיבות", אז די קאפיטל האט איין און פערציג ווערטער, וויל איך פרעגן ווי אזוי מען רעכנט דאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די ווערטער ביי ברכות התורה, אז די ברכה האט ל"ב ווערטער וכו' - איז געבויט אויף א שטיקל פון ספר שלחן הטהור פון הייליגן קאמארנער זכותו יגן עלינו, וואס זאגט (סימן מז, סעיף ב'), אז מען נעמט ארויס די ווערטער 'וצאצאי צאצאינו', אזוי ווי דער מגן אברהם זאגט (תחילת סימן מז), און ער זאגט: "ויש בברכה זאת ל"ב תיבות כנגד ל"ב שבילים שבחכמה, שהתורה נדרשת בל"ב מידות".


קאפיטל מזמור לתודה האט דריי און פערציג ווערטער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), אז ווען מען זאגט די מזמור איז דאס א סגולה צו פארשניידן די קליפות וואס לאזן נישט געבוירן; די קליפה וואס מאכט קישוי לילד איז דריי און פערציג, זיי זאגן: "גם לי גם לך לא יהיה", ג"ם איז דריי און פערציג, און דערפאר זאגט מען דעם מזמור ביי פסוקי דזמרא, ווייל ביי פסוקי דזמרא איז אויך א בחינה פון געבוירן, די מוחין ווערן געבוירן.


דאס וואס מוהרא"ש פירט אויס אז די מזמור האט איין אין פערציג ווערטער - איז א שטיקל פון עמדין סידור, וואס זאגט אז מען רעכנט נישט די ערשטע צוויי ווערטער, "שהם רק הודעת הנושא", ווייל דאס זאגט נאר פון וואס דער קאפיטל רעדט זיך; קומט אויס אז עס איז נאר דא איין אין פערציג ווערטער, די מ"א ווערטער זענען אנטקעגן מ' חלות, וקרבן הזבח, עיין שם.


געדענק דער ציל אויף וואס מוהרא"ש האט געמאכט די סידור, נישט אויף צו דאווענען מיט כוונות וכו', נאר אויף מחזק זיין און מעורר זיין דאס גרויסקייט פון תפילה, און צו ווייזן וואס ליגט אלץ אין די ווערטער וכו' וכו'; אבער ביים דאווענען איז קלאר אז מען דארף אינזין האבן נאר די טייטשט פון די ווערטער. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קכ), ווען מען דאווענט זאל מען אינזין האבן בלויז די טייטש, נישט מיט כוונות. אויך האט דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "נאך אלע מיינע כוונות און השגות וואס איך האב זוכה געווען צו וויסן און צו דערגרייכן - דאווען איך ווי א נאר, אזוי ווי א קינד אן קיין שום חכמות, איך דאווען מיט די פירוש המילות, מיט עברי טייטש".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.

#1 - וויפיל צייט זאל איך אוועקגעבן פאר די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה?
תפילה והתבודדות, שאלות, כוונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס איר געבט יעדן טאג, מיט אזא התחזקות וואס איך האב קיינמאל נישט געהאט אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, אזוי ווי די הלכה איז דאך אז ביי די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה מוז מען אינזין האבן, דערפאר האב איך אסאך נערווען ביי די כוונות, איך קען אמאל בלייבן שטעקן ביי די ערשטע ברכה ביז צען מינוט נאכדעם וואס מ'האט שוין געענדיגט דאווענען. וואס דארף איך טון? זאל איך ווארטן ביז איך האב די ריכטיגע כוונות? אדער קען איך גיין ווייטער אן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קכ) ווען מען דאווענט זאל מען אינזין האבן בלויז די טייטש, נישט זוכן אריין צו לייגן אלע כוונות; אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב האט געזאגט: "נאך אלע מיינע כוונות און השגות וואס איך האב זוכה געווען צו וויסן און צו דערגרייכן - דאווען איך ווי א נאר, אזוי ווי א קינד אן קיין שום חכמות, איך דאווען מיט די פירוש המילות, מיט עברי טייטש".


אז מען געוואוינט זיך איין, מען האט אינזין די טייטש - שפירט מען ביים דאווענען א שטארקע געפיל; מען הייבט אן שפירן ווי מען רעדט יעצט צום אייבערשטן. דאס ברענגט א שטארקע ברען, מען הייבט אן דאווענען מיט א געשמאק.


דערפאר אז דו מוטשעסט זיך, דו קענסט נישט אינזין האבן דאס דאווענען - זאלסטו אפלאזן אלע זייטיגע זאכן, זאלסט דאווענען פשוט אזוי ווי א קינד דאווענט. דו טראכט נאר פון די פירוש המילות - וועט דיר דאס זיין זייער גרינג, ווען דו זאגסט "בָּרוּךְ אַתָּה ה'", טראכט די טייטש: געלויבט ביסטו אייבערשטער, "אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ", אונזער באשעפער און דער באשעפער פון אונזערע עלטערן, "אֱלֹקֵי אַבְרָהָם", דער באשעפער פון אברהם אבינו, און אזוי ווייטער.


דאווען פשוט עברי מיט טייטש, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס איז געקומען פרעגן ווי אזוי ער זאל אינזין האבן ווען ער זאגט ארויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען, האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תיד): "וּמַה חָסֵר לְּךָ כִּפְשׁוּטוֹ", וואס איז שלעכט אינזין צו האבן 'גאט'? אז מען זאגט ארויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען, פון דעם אליינס דארף שוין ציטערן דער גאנצער מענטש.


אויב דו וועסט דאווענען אויף דעם וועג, בתמימות ובפשיטות; דו וועסט נישט זוכן כוונות מיט שמות וכו' וכו', דו וועסט טראכטן פון די פירוש המילות - וועסטו דאווענען מיט א זיסקייט, מיט געשמאק; דו וועסט נישט האבן די פראבלעם פון שטיין ביי די ווערטער וכו', עס וועט זיך דאווענען געשמאק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.