תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן פארוואס איך מוטשע זיך צו רעדן צום אייבערשטן צופרי, ביינאכט איז מיר גרינגער צו רעדן צום אייבערשטן. איך האב אייביג געהאט אז ביינאכט איז מיר גרינגער ארויסגעקומען מיינע תפילות, אבער לעצטנס טרעף איך זיך צופרי ממש איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע תפילה, איך קען פשוט נישט טראכטן פון אן אנדערע זאך צו רעדן אדער בעטן.
איך האב געזען אין ספה"ק ישמח משה (פרשת פקודי עה"פ כי ענן ה'), שטייט דארט "והנה הדרך להתבודד עם קונו הוא מסוגל יותר בלילה", האב איך געטראכט אז אפשר האט שוין דער הייליגער ישמח משה מרגיש געווען אז ביינאכט רעדט זיך בעסער צום אייבערשטן.
איך הער אבער אייביג ביים שיעור ווי דער ראש ישיבה זאגט אז די ערשטע זאך אינדערפרי זאל מען רעדן צום אייבערשטן, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה אויסקלארן דעם גאנצען ענין, ווען איז די ריכטיגע צייט צו רעדן צום אייבערשטן?
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן אסאך הצלחה.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, מברכים החודש, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
זאלסט דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס שיינט דיר; אז דיר איז גרינגער צו רעדן צום אייבערשטן ביינאכט - זאלסטו רעדן צום אייבערשטן ביינאכט, זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט. מוהרא"ש זאגט, די אלע וואס האבן אן אויסגעדרייטע סדר, זיי זענען אויף ביינאכט - זאלן לערנען ביינאכט, זיך נישט צעברעכן אז מען קען נישט אויפשטיין באצייטנס; יעדער זאל דינען דעם אייבערשטן לויט זיין סדר, ווי אזוי עס ארבעט מיט אים.
דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' בער זכרונו לברכה פון מעדוועדיווקע, ער פלעגט זיך זייער מוטשען אויפצושטיין חצות; יעדע נאכט איז ער געבליבן שלאפן - מיט אנדערע תירוצים, אבער עס פלעגט אים זייער וויי טון אז ער פארשלאפט זיינע טעג און יארן. איז ער אויפגעקומען מיט א פלאן, ער האט געדינגען א גוי זאל אים קומען אויפוועקן יעדע נאכט ביי חצות, דער גוי פלעגט קומען צוועלף אזייגער קלאפן אויף זיין פענסטער, ער האט געקלאפט און געקלאפט ביז ר' בער איז אויפגעשטאנען, אבער אזוי ווי ער איז געווען א שוואכער כאראקטער, פלעגט ער נאך זיין זייער מיד, און ווען דער גוי איז אים געקומען וועקן, האט ער געטראכט צו זיך 'איך לייג זיך צוריק נאר פאר אפאר מינוט', פארשטייט זיך אז ער איז געבליבן שלאפן ביזן טאג אריין.
אזוי איז געווען נאכט נאך נאכט; ווען ער האט געזען אז די עצה העלפט נישט און ער פארשלאפט יעדע נאכט, איז ער געווארן זייער צעבראכן, האט ער געטראכט א צווייטע עצה - ער האט געבעטן דעם גוי אז ער זאל נישט אוועקגיין פון דארט ביז ער קומט ארויס, פון דעמאלט און ווייטער, ווען דער גוי איז געקומען קלאפן אים אויפצואוועקן און ר' בער האט אים געזאגט אז ער איז שוין אויף און ער קען שוין אהיים גיין, האט אים דער גוי געזאגט: "איך גיי נישט אוועק ביז דו טוסט זיך אן דיינע קליידער, און דו קומסט ארויס - אזוי ווי מיר האבן אפגעשמועסט". פלעגט ער טאקע אויפשטיין, ווייל ער האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, דער גוי איז נישט אוועק פון דארט ביז ווי לאנג ער איז ארויסגעקומען, אבער ער פלעגט האבן שרעקליכע קאפ ווייטאג, ביז ער איז שיעור משוגע געווארן.
ווען ער איז געקומען צום רבי'ן האט ער זיך אויסגעגאסן זיין הארץ, ער האט דערציילט פאר'ן רבי'ן אז ער איז זייער מיד וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "שלאף און עס, נאר היט די צייט", שפעטער האט אים דער רבי געזאגט: "דיין חצות וועט זיין דריי אזייגער".
זעט מען פון דעם אז יעדער איינער האט זיין וועג אין עבודת השם; איינער דארף שלאפן מער און איינער ווייניגער, איינעם איז גרינג ביינאכט זיך מתבודד זיין, א צווייטער איז גרינגער אינדערפרי; דער עיקר איז דינען דעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.