שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווען דער זמן איז שפעט, זאל מען לייגן די קינדער שלאפן פאר די סעודה?
שבת קודש, חינוך הילדים, שבת טיש, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא ביי אונז אין לאנדאן ווערט דער זמן מוצאי שבת בערך 10:20 ביינאכט, און ביז איך קום אהיים פון שול איז שוין א האלבע שעה שפעטער, עס ווערט זייער שפעט פאר די קינדער, און זיי גייען שלאפן נאך איידער איך קום אן אהיים, איז דאס ריכטיג?


אויך פרייטאג צו נאכטס איז דא דעם פראבלעם, איך דאווען ביי די פלג המנחה, און עס קומט אויס אז מ'הויבט אן די סעודה א פערטל צו צען ביינאכט, מיין ווייב זאגט אז דאס וואס די קינדער זענען אויף אזוי שפעט מאכט זיי צעמישט, און זיי זענען מיד שבת אינדערפרי, און דעריבער וויל זי לייגן די קינדער שלאפן פאר די סעודה. זי איז גערעכט, אבער פון די אנדערע זייט איז מיר שווער צו מאכן די סעודה אן די קינדער ביים טיש.


וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין ווייב איז גערעכט, מען קען נישט אויפהאלטן קינדער אזוי שפעט אין די נאכט אריין; קינדער דארפן זיין אויסגערוט, קינדער דארפן גיין שלאפן צייטליך.


די בעסטע זאך וואלט געווען דו זאלסט זיי לייגן שלאפן פרייטאג נאכמיטאג פאר עטליכע שעה, אזוי אויך לייג זיי שלאפן שבת נאכמיטאג פאר אפאר שעה, אזוי וועלן זיי קענען מיטהאלטן די סעודות שבת.


מוהרא"ש זאגט, די סעודות שבת איז א יסוד פאר חינוך הבנים והבנות; ביי די שבת סעודות קען מען אריינלייגן אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די תורה, דעמאלט איז די ריכטיגע צייט זיי אויפצובויען; א שאד זיי זאלן נישט מיטהאלטן די הייליגע סעודות, זיי זאלן גיין שלאפן, אדער זיין מיד און ווילד.


דער הייליגער מונקאטשער רב זכותו יגן עלינו ברענגט אן אינטערעסאנטע זאך (דברי תורה ט, אות יג) בשם דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט: "איך וואונדער זיך פארוואס עס שטייט נישט אין די עשרת הדברות מען זאל שלאפן ערב שבת", פרעגט דער הייליגער מנחת אלעזר (שם): "וואס איז פשט פון די ווערטער 'עס וואלט ווען געדארפט שטיין אין די עשרת הדברות' וואס איז נישט גענוג עס זאל שטיין אין די תורה?" ענטפערט ער, ווייל נאר ווען מען שלאפט ערב שבת קען מען מאכן א שיינע סעודה, זינגען זמירות, אביסל לערנען פאר די סעודה און נאך די סעודה, אז נישט שלאפט מען איין ביי די סעודה, מען זינגט נישט קיין זמירות, מען רעדט נישט מיט די קינדער.


ביי מיין טאטע שליט"א זענען מיר אזוי מחונך געווארן, די גאנצע שטוב מקטן ועד גדול - אלע האבן זיך אראפגעלייגט, מיין טאטע פלעגט זיין זייער שטרענג ביי דעם. ווען מיר זענען געווען קינדער האבן מיר נישט פארשטאנען וואס עפעס מוזן מיר שלאפן, ווייסט דאך אז קינדער ווילן נישט שלאפן; היינט פארשטיי איך דאס, ווען איך זע ביי אסאך שטובער לייגט מען די קינדער שלאפן אינמיטן די סעודה, און איך דערמאן זיך אונזערע הערליכע סעודות שבת, ווי אלע קינדער זענען געזיצן אויסגערוט, מיר האבן געווארט א גאנצע וואך פאר די שבת סעודות.


און אזוי פיר איך זיך, ביי אונז גייען אלע קינדער שלאפן סיי ערב שבת מען זאל קענען זיין אויסגערוט ביי די סעודות, און שבת נאכמיטאג, מען זאל קענען זיין אפגעהיטן און קענען מיט האלטן שלש סעודות, הבדלה און מלוה מלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.