שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווערן זאט דורך ווייניג עסן?
חיזוק פאר פרויען, קינדער, שמחה, עסן, דייעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע חיזוק און עצות.


איך האב געוואלט פרעגן, וואס קען איך טון צו ווערן זאט דורך ווייניג עסן?


שכוח אייבערשטער איך געב צו זייגן, אבער כמעט א גאנצן טאג בין איך הונגעריג, איך ענדיג עסן פרישטאג אדער אפילו א שבת'דיגע סעודה, אבער איך ווער נישט זאט, וואס קען מען טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעדע זאך האט זיין צייט, א אידישע מאמע וואס געבט צו זייגן און איז פארפארעט מיט די פיצלעך קינדער - דארף האבן כח און מח, און עס איז נישט שייך צו זיין פארנומען מיט די זאכן; אפילו פון דאווענען - וואס איז אזוי הייליג און אזוי גרויס, די וועלט שטייט אויף דאווענען - זענען פרויען מיט קליינע קינדער פטור, ווייל די מח און די כח דארף מען פאר די פיצלעך, איז דאך זיכער אז יעצט איז נישט קיין צייט פאר די זאכן, פון ווייניג עסן וכו' וכו'.


מען דארף זיך בעיקר פארלייגן אויף זיין פרייליך, זיין אין א גוטע גיסטע, דער הייליגער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן זיין פרייליך, מיר זאלן זיך פארלייגן צו זיין פרייליך, און אפילו זיך מאכן פרייליך; ווייל דאס איז די טריק ווי אזוי מען איז מצליח, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶּׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶּה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז פרייליך איז מצליח.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.