תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מען זוכט שוין א שידוך פאר מיר א שטיק צייט, און היות איך מוטשע זיך זייער שטארק מיט'ן אויפשטיין אין צייט, האב איך געוואלט וויסן צי מען דארף דאס לאזן וויסן פאר די אנדערע זייט; און אויב יא, ווען דארף איך זיי דאס זאגן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
שטארק זיך, זיי נישט צעבראכן אז דו האסט נאכנישט דיין שידוך, נעם אריין אין דיר אז דיין שידוך האט נישט מיט קיינעם, נאר מיטן אייבערשטן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג), מיר געפינען אין די תורה, און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן; אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א שידוך האט נאר מיטן באשעפער.
אז מען איז נישט געזונט דארף מען מודיע זיין פאר די אנדערע זייט איידער מען שליסט די שידוך; אבער דאס אז מען שטייט אויף שפעט איז נישט קיין קרענק, דאס קומט פון צעבראכנקייט פון ווארטן אויף די שידוך, און פון גיין שלאפן שפעט; דאס דארף מען נישט זאגן, אז דו וועסט גיין שלאפן פרי וועסטו אויפשטיין אין צייט.
גיי שלאפן צייטליך, ליין קריאת שמע און גרייט אן נעגל וואסער, ווען עס קומט ביינאכט זאלסטו גארנישט טון, אלעס וואס דארף ווערן ערלעדיגט קענסטו מאכן אינדערפרי, ביינאכט זאלסטו גיין שלאפן וואס פריער, אזוי וועסטו אויפשטיין אין צייט, גיין אין מקוה, גיין דאווענען און לערנען דיינע שיעורים כסדרן, און זיך גיין מתבודד זיין, און דו וועסט זוכה זיין שנעל צו ווערן א חתן און חתונה האבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.